top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי רבני ברסלב אפגעשיקט פאראייניגטע "דאנק בריוו" פאר אוקריינער פרעזידענט און נאך שרי המלוכה

  • לפני 32 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: נ. גולדשטיין

שטייענדיג געציילטע וואכן אפגערוקט פונעם גרויסן יום טוב ראש השנה, איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש במעון הקודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווי עס זענען געווען פארזאמלט די גדולי משפיעי ורבני חסידי ברסלב פון איבער גאנץ ארץ הקודש, געצילט איבערצוגעבן א אנערקענונג און א דאנק בריוו בשלומה של מלכות פאר די אוקריינישע רעגירונגס אינסטאנצן פארן שטיין צו הילף פון די רבבות אידן וועלכע גרייטן זיך ארויסצולאזן לקראת ראש השנה הבעל"ט קיין אומאן אין אוקריינא, און פאר די הילף במשך די לעצטערע יארן ראש השנה.


בראש השולחן האבן זיך משתתף געווען דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן במעון קדשו, הגה"צ ר' משה קרעמער שליט"א ממנהיגי ברסלב, און דער רב הראשי פון שטאט אומאן הגה"ח רבי יעקב הכהן שילוח שליט"א.


ביים מעמד האט מען פארגעשטעלט פאר די רבנים שליט"א צוויי פרעסטידזשפולע בריוון וועלכע זענען געשריבן געווארן מיט די פולסטע מאס כבוד כבוד ספעציעל פאר די שרי המלוכה פון אוקריינא, און באזונדער איז אהערגעשטעלט געווארן אין אן טייערע לעדערנע איינבינדונג א ספעציעלע וואונטש בריוו געשריבן ספעציעל פארן פארן אוקריינישער פרעזידנט זעלענסקי, אויסדריקנדיג בכבוד המלכות די אות הוקרה פון אלפי חסידי ברסלב וועלכע ווערן אויפגענומען מיט א העפליכקייט יאר יערליך אין די טעג ארום ראש השנה אין אוקריינא, ובפרט די לעצטערע יארן טראץ די אנגעצוינקייט אין שאטן פון די מלחמה צושטאנד מיט רוסלאנד.


עס האבן אויפגעטרעטן עטליכע רבני חסידי ברסלב וועלכע האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון מידת הכרת הטוב, ובפרט לפני מלכים ושרים, ווען במשך אלע דורות האט מען זיך אונטערגעווארפן מיט שתדלנות און אויסגעדריקט הכרת הטוב פאר די פקידי המלוכה. צווישן אנדערע האט מען געהערט די ווערטער פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א, הגאון רבי צבי ליברמנש שליט"א מרבני ברסלב, און הגה"ח הישיש רבי חיים מנחם קרעמער שליט"א מגדולי משפיעי ברסלב וועלכע האט איבערגעגעבן רגשי הכרה אויף די ענגלישע שפראך, ווען איבער אלעם האט געדינט אלס יו"ר המעמד הרה"ח ר' נחמן צבי געווירץ שליט"א מחשובי חסידי ברסלב, וועלכע האט אנגעפירט די גאנצע מעמד מנועם שפתיו.


אינמיטן דעם אסיפה איז אפגעראכטן געווארן א מעמד תפלה להצלחת דעם קיבוץ לקראת ראש השנה הבעל"ט, אז אלע רייזעס זאלן זיך אויסארבעטן, און די טויזנטער חסידי ברסלב זאלן אנקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה כמדי שנה בשנה, ובפרט פאר די טויזנטער בחורים און אינגעלייט וועלכע האבן שוועריקייטן מיטן ארויספארן פון לאנד אין ליכט פון די שווערע גזירת הגיוס וועלכע איז עומד על הפרק.


דער היסטארישער כינוס האט זיך געשלאסן מיט ריקודין של מצוה בהתרוממות ורוח עילאה, ווען די חשובע רבנים האבן געזינגען מיט התרגשות די אלטע ברסלבער ניגון "אומאן אומאן ראש השנה", מיטן האפענונג צו קענען אפרעכטן דעם יום טוב ראש השנה מיטן קיבוץ אין אומאן כימים ימימה.



תגובות


bottom of page