top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים אונטערן רושם פון געהויבענער שמחת נישואין בחצרות לעלוב - באבוב 45

לפני 11 דקות
זמן קריאה 4 דקות

דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN

וחסידים ברינה יגילו, האבן זיך מאסן אידן, חסידים ואנשי מעשה פון אלע מקומות, אומגעקערט אהיים פארלאפענעם דאנערשטאג אין די פריע צופרי שעהן, נאכ'ן מיטלעבן די געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די חתונה פון הכלה בת קדושים, נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא, מיטן חתן א אייניקל פון הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן מלא רגש ושמחה, און האט איבערגעלאזט א רישומא דקדושה וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.בשטומ"צ איז  געגאנגען אונטער די חופה הכלה המהוללה תחי', אייניקל פונעם לעלובער רבי'ן שליט"א, עלטסטער קינד ביי זיין איידעם הרה"צ ר' אליעזר וויליגער שליט"א ראש הכולל לעלוב, זון פון הגה"צ רבי לייבל וויליגער שליט"א אבד"ק אור תורה און ר"מ בישיבת תורה ודעת, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' חיים שלמה רוטנער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק שאמקוט שליט"א, און איידעם ביי כ"ק הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א. די חתונה איז פארגעקומען ברוב פאר והדר דעם מיטוואך תולדות, ב' דר"ח כסלו, אין די פראכטפולע זאלן פון די בעלזא תלמוד תורה אין בארא פארק.


די שמחה האט ארויסגערופן א זעלטענעם התרגשות ביי חסידי לעלוב און ביי אידן חסידים ואנשי מעשה פון איבער גאנץ אמעריקא, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די געהויבענער עבודה, פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א. אינצווישן די געסט האבן זיך אנגעזעהן פילע חסידים ואוהדים וואס זענען געקומען צו פארן פון ארץ ישראל זיך מיצופרייען בשמחתו פונעם רבי'ן, אין שפיץ פון דעם רבינ'ס ברודער המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב.


אום זיבן דרייסיג אזייגער איז דער זיידע דער רבי שליט"א ערשינען צום קבלת פנים, בעת דער זאל איז שוין געווען פול געפאקט, און זיך באגריסט מיטן געהויבענעם פעטער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, און די זיידעס הרבנים, מען האט געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות ודביקות, דאן האט דער רבי שליט"א און די מחותנים באגלייט דעם חתן צום באדעקן, דערנאך האט מען אנגעטוהן די מלבושים פארן חתן און מען איז ארויס צום חופה.


ביים מעמד החופה האט דער בעל מנגן הרה"ח ר' אייזיק האניג שליט"א מחשובי חסידי לעלוב פארגעזינגען ניגוני התעוררות. בעת ווען דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א זיצט מיט אן אויסטערלישן דביקות און יראה עילאה במשך די גאנצע חופה. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער זיידע הגה"צ אבד"ק שאמקוט שליט"א, ברכות ראשונות האט געזאגט דער זיידע הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א, און ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.


נאכן חופה האט דער זיידע דער לעלובער רבי שליט"א אנגעוואונטשן מברכותיו לכל הקהל הקודש מיט א שטארקן קול רגש, און דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעוואונטשן דעם ציבור הנאספים.


אינצווישן האט דער ציבור מיסב געווען צום סעודת החתונה אינעם זאל וואס איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה לכבוד השמחה הגדולה.


ארום עלף דרייסיג איז ערשינען צו די שמחה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א וועלכער האט מפאר געווען בראש המסובים, געטאנצן מיטן חתן, די מחותנים און זיידעס, ובמיוחד מיט זיין שוואגער הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו די ריקודין של מצוה און געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, דערנאך איז געטאנצן דער זיידע הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א.


אומגעפער צוואנציג צו איינס איז דער לעלובער רבי שליט"א ערשינען אין זאל צו די סעודת נישואין, ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם מאסן ציבור, דער רבי האט געוואונטשן דעם חתן און מחותנים און זיך תיכף געוואשן צום סעודת החתונה, וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו דריי שעה, וואו טויזנטער אידן האבן מיטגעהאלטן די דערהויבענע עבודת הקודש. בשעת די סעודה האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם טאנץ מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א און אים דערנאך ארויסבאגלייט פונעם זאל. שפעטער במשך די סעודה האט דער פעטער הרה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב משמח געווען מיט פרייליכע ריקודין כדרכו.


דורכאויס די שמחה האבן זיך באטייליגט פילע אדמור"ים, רבנים ואנשים חשובים, ובתוכם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א, כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מלעלוב וויליאמסבורג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די ברודער'ס פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מלעלוב בארא פארק שליט"א, און הרה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א, און נאך פילע רבנים ואישי ציבור.


עס איז שוין געווען אום 3:30 פארטאגס ווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק שאמקוט שליט"א האט געבענטשט אויפ'ן כוס, און דער זיידע כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות. דערנאך איז דער רבי ארויס אויף א הפסקה, ווען אין דער זעלבער צייט האבן די זיידעס הגה"צ רבי לייבל וויליגער שליט"א און הגה"צ אבד"ק שאמקוט שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה.


נאך פיר אזייגער איז דער לעלובער רבי שליט"א צוריק אריינגעקומען אין זאל צום דערהויבענעם מצוה טאנץ, ווען בדחנא דמלכא הרה"ח ר' הערשל בראנדוויין הי"ו האט אויפגערופן דעם רבי'ן מיט פאסיגע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, בשעת מעשה האט דער רבי געליינט צענדליגע קוויטלעך פון אידן וואס דארפן געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות. 


שווער צו שילדערן די געהויבענע רגעים, בעת דער רבי שליט"א האט גענומען דעם גארטל אין די האנט, און אפגעראכטן די עבודת הריקודין מיט א געוואלדיגן דביקות און ברען. במשך א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א געטאנצן די ריקודין מיט אן אינערלעכער ברען אויפן ניגון וקרב פזורינו מבין הגוים, וינועו אמות הסיפים פון די מאסן חסידים וואס האבן זיך געהויבן אין די לופטן מיט א געוואלדיגן התהלבות.


דערנאך איז דער רבי שליט"א געטאנצן מיטן חתן מחותנים און זיידעס וואס איז ווייטער געווען א מחזה הוד ונהדר.


נאך די געהויבענע ריקודין איז דער לעלובער רבי שליט"א אהיים לביתו נאוה קודש, און דערנאך האט מען אויפגערופן די מחותנים און דער חתן וכלה צו מצוה טאנץ, און דערנאך האט הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א פארגעזינגען "אין כאלקינו" כנהוג בבית באבוב, און עס איז שוין געווען טאג, ווען עס האט זיך געענדיגט די ליכטיגע נאכט פון שמחה ואורה.



תגובות


bottom of page