שמחת הברית מילה פון נכד האדמור"ים מטשערנאביל, ביקסאד, ישועת יעקב סקולען
עודכן: לפני יום אחד (1)
דינסטאג פרשת ויצא • ז' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
פילצאליגע חסידים האבן זיך די וואך זונטאג מיטגעפריידט בשמחתו פון כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, ביים שמחת הברית פון אן אייניקל, וואס איז אפגעראכטן געווארן בצלו פונעם עלטער-זיידן חותן המלך כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אין בארא פארק.
עס איז נכנס לבריתו של אאע"ה געווארן אן אייניקל ביים רבי'ן, דאס ערשטע בן אחר בן, א זון ביי בנו הרה"ג רבי שלום מאיר פאגוטראל שליט"א, חתן הרה"צ רבי יעקב יוסף פיש שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א.
ביים שמחת הברית זונטאג אינדערפרי איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א מכובד געווארן מיט כסא של אליהו, און דער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א איז געווען סנדק. מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן דער זיידע הרה"צ רבי יעקב יוסף פיש שליט"א, און מיט ברכות וקריאת השם דער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א.
דער סעודת הברית איז אפגעראכטן געווארן אין טשערנאבלער ביהמ"ד, מיט'ן השתתפות פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א, וואו מ'האט געהערט די דברות קודש פונעם זיידן, כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן דער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א.















תגובות