די שטאט בארא פארק באוויינט היינט די פטירה פון הרה"ח הישיש ר' יהושע דוב יאקעבאוויטש ע"ה, וועלכע איז געווען פון די באוואוסטע פרעזענליכקייטן אין שטאט, פון די איבערגעבליבענע פארצייטישע יודן ומעתיקי השמועה וואס האט איבערגעגעבן זכרונות פון אמאל פארן יונגען דור. ר' דזיגעלע – ווי ער איז גערופן געווארן בלשון חיבה – איז היינט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 97 יאר. ר' דזיגעלע האט זוכה געווען צו זעהן אלס קליין קינד הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע וועלכע איז איינגעשטאנען ביי זיינע עלטערן אינדערהיים, אלס בחור האט ער געלערנט ניין זמנים ביי הרה"ק בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע, אויך האט ער זוכה געווען צו זעהן הרה"ק ר' פניעלע אויסטילער, הרה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויבער און הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.
נאכ'ן קריג האט זיך געווייקט ביי הרה"ק מסקווירא זי"ע און געשאפט אסאך געלט לטובת שיכון סקווירא, און שפעטער האט ער זיך געהאלטן פאר א חסיד פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ווי ער האט זיך באטייליגט ביי די טישן און שמחות. ביז גאנץ לעצטענ'ס איז ער נאך געווען פריש און געזונט און איז ארומגעגאנגען אויפלעבן יודן מיט א ווערטל און א סיפור. אין די לעצטערע חדשים איז ער ליידער נישט געזונט געווען און היינט פארטאג'ס האטער ליידער אויסגעהויעכט די נשמה, איבערלאזענדיג פאריתומ'ט צענדליגע יודן פון שטאט וואס האבן גענאסן פון אים זייערע טעגליכע חיזוק און שמייכל אנצוגיין מיט זייער סדר היום.
די לויה איז ארויס פון ראחמיסטריווקא ביהמ"ד און דערנאך פון מונקאטש'ער ביהמ"ד אין בארא פארק ווי ער איז געקומען לקבורה אויפן נייעם ביה"ח אין קרית יואל. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
top of page
bottom of page
Comentários