דינסטאג פ' תצוה • י"א אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
לעצטע אפדעיט:
6:00
כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואס איז נעכטן אהיימגעקומען פונעם מקום הנופש אין נארט מיאמי פלארידע איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, אויף ניחום אבלים ביי כ"ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, די רבי איז געקומען אין באגלייטונג פון אחיו הגה''צ אב''ד זענטא שליט"א אין בנו הגדול הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט"א.
5:30
כ"ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א איז היינט געקומען צו פארן אויף א קורצע באזוך אין געפינט זיך אצינד ביים ניחום אבלים אין ביהמ"ד הגדול ד'שיכון סקווירא.
10:00
האד' ממחנובקא בעלזא וועלכע האט פארשפעטיגט דעם עראפלאן קיין ניו יארק איז ערווארטעט זיך ארויסצולאזן מוצאי שבת קיין אמעריקא אין זונטאג צופרי אויפשטעלן די אבלים פון די שבעה.
8:00
צווישן די פילע מנחמים איז יעצט באנאכט אנגעקומען צום ניחום אבלים כ"ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט''א נאך די חופה פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען אין סקווירא שטעטל.
5:00
היינט האט מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ארויסגעשיקט חתנו הגה"צ רבי חיים הערש מייזליש שליט''א קיין ניו יארק וואו ער וועט מנחם אבל זיין ביי כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א אין די קינדער בשליחותו פון זיין שווער די וויז'ניצער רבי.
4:20
יעצט נאכמיטאג איז אויפגעשטעלט געווארן א שאטער צווישן דעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וואו די רבי וועט קענען גייען אין קומען אין ביהמ"ד זיצן שבעה, כדי נישט צו דארפן ארויסגיין פון שטוב דורכאויס די ימי השבעה וואו דער מנהג.
1:15
ניחום אבלים יעצט נאכמיטאג ביי מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א אין בני ברק.
12:45
הרבנית הצדקנית מסאטמאר - אשת חבר כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט היינט זיצן שבעה נאך די פטירה פון די שוועסטער די סקווירא רעבעצין ע"ה אין איר שטוב אין שיכון סקווירא, אנגעהויבן פון מארגן דינסטאג וועט די רעבעצין זיצן שבעה בביתו נאווה פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט''א אויף צאנז קט. אין קרית יואל.
אין אנדערע נייעס קומט היינט פאר די שבע ברכות דורך כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל מיוחד פאר די עמלי התורה, די עטלערע לומדי הכולל פון איבער גרעיטאר ניו יארק, די שבע ברכות האט געזאלט פארקומען נעכטן זונטאג נאכט אין איז אפגעשטופט געווארן צוליב די פטירה פון די סקווירא רעבעצין ע"ה.
12:00
די פרישער קבר פון די רעבעצין ע"ה אינעם אהל פון די רעבעצין'ס אויפן בית החיים אין שיכון סקווירא.
11:00
טויזנטער אידן וועלן די וואך שטראמען קיין שיכון סקווירא, ובראשם אדמור"ים רבנים וראשי הישיבות וואס וועלן מאכן דעם וועג איבערצוגעבן די טרייסט-וואונטשן פאר'ן מנהיג עדת ישורון ורועה נאמן ישראל כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בעת ווען די רבי איז יושב באבלו און איז מקבל תנחומין צוזאמען מיט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.
די רבי שליט"א וועט זיך שבעה אינעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, מאנטאג דינסטאג מיטוואך אין דאנערשטאג פון 12:30 ביז 3:00 נאכמיטאג, אין באנאכט פון 6:00 ביז 11:00 אזייגער. מוצאי שבת וועט די רבי זיצן שבעה פון 9:00 ביז 11:00 באנאכט, אין זינטאג אינדערפרי וועט מען זיך אויפשטעלן פון די שבעה.
דאס ביהמ"ד הגדול ווערט אצינד אויסגעשטעלט אויף א ספעציעלע פארנעם מיט פארענטשעס אין א מייק-סיסטעם, אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן רואיגערהייט.
די נשים וועלן זיצן שבעה בביתו נאווה קודש פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א אויף דזעפערסאן עוו.
10:30
סדרי ומזני ניחום אבלים ביי כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א נאך די פטירה פונעם שוועסטער הרבנית מסקווירא ע"ה: די רבי וועט זיצן שבעה בביתו נאווה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול 'מרכז חסידי וויז'ניץ' אויף רחוב שלמה המלך אין בני ברק, פארמיטאג צווישן די שעות 11:30 אין
2:00 אין באנאכט פון 6:00 ביז 1:00.
10:15
עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז כ''ק האדמו''ר ממחנובקא בעלזא שליט''א וועט מארגן ארויספארן קיין ניו יארק מנחם אבל צו זיין ביי כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א אין די קינדער.
10:00
הרבנית הצדקנית מבעלזא וועט זיצן שבעה דרוכאויס די וואך, אינעם עזרת נשים אין בית תפילה בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט''א אין קרית בעלזא ירושלים. דינסטאג אין מיטוואך וועט די רעבעצען זיצן שבעה אין בני ברק, אינאיינעם מיטן שוועסטער הרבנית אנרסטר בביתו נאווה קודש פון הרה''ק בעל 'ישועות משה' מוויז'ניץ זי''ע אין קרית וויז'ניץ בני ברק. באנאכט נאך 10:00 אזייגער וועט זיין א געלעגנהייט פאר די חסידים דורכצוגיין מנחם אבל זיין די רעבעצין.
10:30
פילע חסידי סקווירא ביים מנחם אבל זיין כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א ובניו אויפן וועג אהיים פון די לוי' ברחובות קריה.
10:00
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א קומט יעצט אן צום בית האבלים בביתו נאווה קודש פונעם שוואגער כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א וואו די רבי וועט מנחם אבל זיין די אבלים.
9:50
כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א האט אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט די בית החיים אויפן וועג אהיים לביתו נאווה קודש וואו מען וועט דאווענען מעריב, נאך מעריב וועט די רבי שליט"א מקבל זיין תנחומין פון די חסידים אין דערנאך עסן די סעודת הבראה מיט די קינדער.
9:40
די סדרי וזמני ניחום אבלים ביי כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א נאך די פטירה פון אחותו הרבנית מסקווירא ע"ה.
9:30
יעצט נאך סתימת הגולל אינעם אהל פון די אלע סקווערער רביצין הרבנית הצדיקת טראני ע"ה, האט די ראש החברא קדישא הרה"ח ר' מענדיל בערגער פארגעזאגט צדוק הדין, און די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים האבן געזאגט קדיש. די רבי שליט"א פארלאזט יעצט דעם אהל אין וועט מקבל זיין תנחומין אויפן פעלד.
9:15
כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א און די קינדער זענען נארוואס אריין אינעם אוהל, וואו די רעבעצען ע"ה וועט קומען למנוחתה.
נאך די קבורה וועט מען קענען דורכגיין מנחם אבל זיין דעם רבי'ן שליט"א אין די קינדער אינעם ספעציעלן 'ספרינטער ווען' אויפן שטח הבית החיים.
ווידיאו • די מיטה ביים פארלאזן רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.
9:00
א קורצע צייט צוריק איז די מיטה אנגעקומען אויפ'ן שטח פונעם ביה"ח אין שטעטל וואו מען האט דורכגעפירט די הקפות במעמד בעלה הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, גאר רירענד איז געווען ווען דער סקווירער רבי שליט"א האט געזאגט די ברכה פון דיין האמת מיט גרויס בכיות אין קריעה געריסן וואס האט יעדן מרגש געווען ביז הייסע בכיות ויללות.
8:50
כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז זיך משתתף ביים לוי'.
8:45
יעצט אויפן וועג צום בית החיים אין שטעטל איז די מיטה דורך פארנט פונעם מיידל שולע געביידע אויף די רוזעוועלט גאס וואו די משמש בקדוש הרב דוד בערגער האט געזאגט די 'קל מלא רחמים'. כ"ק האד' מסקווירא שליט"א טוט באגלייטן די לוי' זיצענדיג אין קאר.
8:30 כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט ארויסגעקומען צו די לוי' וואו די רבי איז צוגעגאנגען נעבן די מיטה מיט די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א. הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא האט געזאגט די 'קל מלא רחמים'. מיט פארוויינטע אויגן טוען טויזנטער אידן אצינד באגלייטן די מיטה ובראשם זעהן זיך אן פילצאליגע רבנים ואדמורי"ם שליט"א צווישן זיי כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א, האחים האדמורי"ם מוויז'ניץ שליט"א, האחים האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א, און נאך פיל.
7:40
יעצט נאכן טהרה איז די מיטה פון הרבנית מסקווירא ע"ה אנגעקומען צו איר שטוב - ביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א וואו עס וועלן זיך געזעגענען די פרויען אין די אייניקלעך, אין די קומענדיגע מינוטן וועט די מיטה אנקומען צום רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וואו שווערע טויזנטער אידן זענען אצינד פארזאמלט אין ווארטן אפ די מיטה.
אויפן וועג צום ביהמ"ד הגדול וועט די מיטה דורכפארן די דזשעפערסאן גאס וואו עס וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די נשים צו באגלייטן די מיטה.
7:30
מארגן מאנטאג אינדערפרי וועט כ"ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול 'מרכז חסידי וויז'ניץ' אין בני ברק, פארן דאווענען וועט די רבי שליט''א רייסן קריעה אין נאך שחרית וועט זיך די רבי זעצן שבעה אין מקבל זיין תנחומים פון די חסידים.
היינט נאכן הערן די בשורה איבער די פטירה פון די שוועסטער די סקווירא רעבעצען ע"ה האט זיך די רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט אחיו הגדול מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א וואו די רבי'ס האבן ארומגערעט איבער די גרויסער אבידה.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט די וויזניצער רבי ארויספארן קיין אמעריקא דעם סוף וואך, סיום ימי השבעה אין זיצן שבעה אינאיינעם מיטן שוואגער די סקווירא רבי שליט"א אין די קינדער.
גלייכצייטיג איז אפגעשטופט געווארן די געפלאנטע נסיעה פונעם רבי'ן שליט''א צום שטאט לאנדאן וואס די רבי האט געזאלט אונטערנעמען די קומענדיגער שבת ויקהל - שקלים.
7:10
דאס ביהמ"ד הגדול אין קרית וויז'ניץ בני ברק ווערט צוגערישט צו די ימי השבעה וואו האד' מוויז'ניץ וועט זיצן שבעה ע"פ אחותו הרבנית מסקווירא ע"ה.
7:05
די פארענטשעס אויפגעשטעלט צום לוי' פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא.
7:00
מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א וועט זיך שבעה נאך די פטירה פונעם שוועסטער הרבנית מסקווירא ע"ה אנגעהויבן פון מארגן מאנטאג פארמיטאג, ביז דעם קומעניגן זינטאג כי תשא אינדערפרי, אינעם היכל הטישן אין קרית מלך רב שיכון וויז'ניץ, פארמיטאג צווישן די שעות 11:00 אין 13:00 מיטאג, אין באנאכט פון 6:00 ביז 10:00 אזייגער. דינסטאג ביום החופה פונעם אייניקל, וועט די רבי זיצן שבעה ביז 3:00 אזייגער נאכמיטאג.
מיטן אנקום די בשורה לא טובה האט די רבי שליט''א געשיקט אנפרעגן דעת תורה ביי די רבנים ומורי צדק אין די קהילה כדת מה לעשות אמבאלאנגט די דיני אין הלכות אבילות וואס איז נוגע די חתונה אינעם רבינס הויף די קומענדיגער דינסטאג שטייענדיג נאך בעמק הבכא אינמיטן די ימי השבעה.
6:50
אנגעהויבן פון ארום 8:00 אזייגער, וועט מען קענען מיטהאלטן א לייוו-האקאפ פון די מסע הלוי' פון הרבנית הצדקנית מסקווירא ע"ה ברחובות שיכון סקווירא אויף 'קול בחצרות' נוממער 9 פונעם הויפט אריינגאנג.
6:40
רחבת בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא גרייט צום לוי'.
6:30
לאור די בשורה לא טובה ווערט אפגערופן די מסיבת שבע ברכות וואס האט געזאלט געפראוועט ווערן דורך כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א לכבוד די חתונה פון א אייניקל מיוחד פאר די עמלי התורה, די עטלערע לומדי הכולל פון איבער גרעיטאר ניו יארק. אין די קומענדיגער מינוטן וועט די רבי שליט"א ערשיינען אינעם 'מבצר הכוללים' אין קרית יואל וואו עס קומט פאר היינט נאכט די מעמד 'תורה וגדולה' לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם קומה אינעם בנין, די רבי וועט משמיע זיין קורצע דברות קודש אין באלד ארויספארן צום לוי' קיין שיכון סקווירא.
6:00
די מיטה פון הרבנית מסקווירא ע"ה ביים אנקומעם צו די 'אם בישראל' קימפעטארן היים אין שיכון סקווירא וואס איז לאנגע יארן געווען אונטער די נשיאות פונעם רעביצין ע"ה.
5:45
בפקודת הקודש פון כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ מאנסי שליט''א וועלן זיך אלע תלמידי הישיבות הקדושות, די ישיבה קטנות אין ישיבה גדולות פון מאנסי והגלילות ארויספארן צו די לוי' קיין שיכון סקווירא אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פארן חשובן נפטרת - אשת חבר כחבר.
וויכטיגע טרעפיק פרטים בנוגע די לוי'.
5:15
אין די יעצטיגער מינוטן האט די מיטה פון הרבנית מסקווירא ע''ה פארלאזט דעם מאונט סיני שפיטאל אויפן וועג קיין שיכון סקווירא, אין באגלייטונג פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א וועלכע זענען געוועהן אנוועזנד בשעת יציאת נשמה.
אויפן וועג אריין אין שטעטל וועט די מיטה דורכפארן די אם בישראל קימעפטארן היים וואס איז לאנגע יארן געווען אונטער די נשיאות פונעם רעביצין ע"ה.
גלייכצייטיג ווערן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען אין שיכון סקווירא צו די לוי', וואס וועט ארויסגיין 8:00 אופדערנאכט פון רחבת ביהמ''ד הגדול אין שיכון סקווירא, די עסקנים זיצן יעצט מיט די פאליציי אין די חברה הצלה אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פון די סדר הלוי'. עס וועלן נישט זיין קיין הספדים כמנהג סקווירא אין מען וועט באגלייטן די מיטה צופיסנס ביזן בית החיים.
נאכן לוי' וועט מען קענען דורכגיין מנחם אבל זיין ביים רבי'ן שליט''א אין די קינדער אינעם גרויסן שטוב בביתו נאווה קודש.
די מאפע מיט די סדר הלוי' ברחובות קרית סקווירא.
5:00
יעצט באנאכט אין ארץ ישראל האט מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ערהאלטן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון די שוועסטער הרבנית מסקווירא ע"ה, הרב שמואל בערגער מראשי החברה קדישא האט איבערגעגעבן די נייעס, די רבי האט שווער אויפגענימען די בשורה אין באלד געזאגט די ברכה פון דיין האמת אין געריסן קריעה כדין.
4:30
די מסע הלוי' פון הרבנית הצדיקת מסקווירא ע''ה מחברתו הטהורה פון כ''ק האדמו"ר מסקווירא שליט''א וועט ארויסגיין היינט בשעה 8:00 אויפדערנאכט פון רחבת ביהמ"ד הגדול ביהמ''ד הגדול אין שיכון סקווירא אויפן וועג צום בית החיים אין שטעטל ווי די רעבעצען וועט קומען לקבורה אינעם אהל פון הרבנית הצדיקת מסקווירא ע''ה מחברתו הטהורה פון הרה''ק מסקווירא זי''ע.
Comments