top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ איז מתפלל אויפן איר אלטן בית החיים אין קראקא

מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג



קול בחצרות - כ''ק האד' מוויז'ניץ שליט''א איז היינט צופרי אנגעקומען אויף תפילת שחרית אינעם רמא'ס שוהל אין שטאט קראקא ווי דער רבי האט געוויילט אויף שבת אשר שם חלקת מחוקק ספון, דער רבי האט געדינט אלס שליח ציבור אין געדאווענט בנוסח אכשנז כמנהג המקום באתרא דמר פונעם הייליגן רמ''א, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויס צום בית החיים אין חצר פונעם שול ווי די רבי האט פוקד געוועהן די ציונים הקדושים פון די קדושי עליון שרפי מעלה דער הייליגער רמ''א דער ב''ח, דער מגלה עמוקות, אין דער תוספות יום טוב, פון דארט איז די רבי צוגעפארן צום נייעם בית החיים אין קראקא מקום מנחותו פונעם הייליגן מאור ושמש, דער רבי האט דארט אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים אין פארגעלערנט א שטיקל אינעם ספםר הקודש מאור ושמש, אויפן וועג ארויס איז די רבי אויך צוגעגאנגען צום ציון פונעם קראקא'ווער רב הגה''ק רבי שמעון סופר זצ''ל, היינט אין לויף פונעם טאג וועט די רבי ממשיך זיין מיט די נסיעה צו די מקומות הקודשים אין פולין אין באגלייטונג פון די מקורבים אין משמשים בקודש.
















Comments


bottom of page