top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ אפ געפלויגן קיין באסטאן מבקר חולה זיין ביי איינע פון די חסידים

מאנטאג פ' בשלח ח' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - דאנערשטיג נאכמיטאג האט די רבי שליט''א מבקר חולה געוועהן ביי כ''ק האד' מקאסוב שליט''א לרפו''ש אין בארא פארק, ווי די רבי'ס זענען געווען פארשפארט ביחידות א שטיק צייט אין דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן די קאסובער רבי, אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי ווי דער רבי איז ארויף צו עטליכע נדיבים בעם וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים אין געקויפט זכותים אינעם נייעם מרכז העולמי, אויך איז דער רבי געוועהן אויף א באזוך ביים פלומעניק הרה''צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן כ''ק האד' מסקווירא שליט''א לרגל די חתונה וואס קומט פאר דער וואך, שפעטער באנאכט איז די רבי ארויסגעפארן צו די קאנטרי ווי דער רבי האט געוויילט אויף שבת אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה לצעירים ישועות משה פון מאנסי


היינט זינטיג נאכמיטאג איז די רבי אפגעפלויגן צום שטאט באסטאן מבקר חולה זיין ביי איינע פון די חסידים אין שפיטאל, דערנאך איז דער רבי צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ''ק האד' מבאסטאן שליט''א ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס, ווי ברייט באריכטעט וועט דער רבי היינט פארלאזן ניו יארק אין פארזעצן מיט די נסיעה ווייטער קיין לאנדאן


bottom of page