top of page
ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א באזוכט ביי האד' מצאנז איבער וויכטיגע נושא בעניני הכלל
דינסטאג פ' נשא א' • ג' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ. פארלאפאנעם וואך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א. דער רבי שליט''א האט אויפגענומען געווען דעם גאסט ביותרת הכבוד און זיך איינגעשפארט ביחידות מיטן רב פאר א לענגערע משך זמן פון איבער א שעה, וואו מען האט דן געווען איבער א וויכטיגע נושא בעניני הכלל. ביים פריוואטן שמועס איז אויך געווען אנוועזנד הרב יהודה יונה, א נאנטע מקורב צום ראשון לציון וועלכע די


ראשון לציון הגר"ד יוסף שליט"א באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי אין בוענאס איירעס
דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א, באזוכט ביים ארגענטינער פרעזידענט מילעי, זייענדיג צוגאסט אויף א ביקור חיזוק אין די אידישע קהילה און ארגענטינא. דער פרעזידענט וואס איז ברייט באקאנט אלס א אידן ליבהאבער האט אויפגענומען דעם רב ביי א בכבודיגע אויפנאמע אין זיין רעזידענץ אין בוענאס איירעס, וואו עס זענען אויך געווען אנוועזנד הרב יצחק סאקע פרעזידענט פון די צענטראלער מנורה קהילה אין שטאט, און דער מדינת ישראל א


ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א באזוכט ביי האד' מסערט וויזניץ נאכן איבערגעבן שיעור כללי אין רמת וויזניץ
דאנערשטאג פ' נצבים • כ''ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין חיפה וואו ער האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אינעם ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ, בדבר הלכה און דברי חיזוק ללימוד התורה פאר די הונדערטער בעלי בתים חשובים און יושבי אהל. נאכן שיעור האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ביי וועלכן עס איז אנטוויקלט געווארן א הערליכע שמועס איבער די קשרי ידידות צווישן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזני


עהרנפולע אויפאנמע פאר הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א - ראשון לציון אין שיכון סקווירא; שיינעם באזוך ביי האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי שיכון סקווירא האבן די וואך אויפגענומען בכבוד הראוי דער ראשון לציון הגאון הגדול רבי יצחק יוסף שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק זייענדיג געשטראנדעט צוליב די שווערע מלחמה צושטאנד וואס הערשט מאמענטאל אין ארצינו הקדושה. ביים אנקומען אין שטעטל איז דער ראשון לציון צום ערשט צוגעפארן צום בנין מרכז הכוללים אין שיכון סקווירא, ווי ער האט איבערגעגעבן א טיפזיניגער שיעור בפלפולי דאורייתא וחדוותא דשמעתא פאר ד


bottom of page
