top of page
בני ברק: שמחת הברית לנכד האדמור"ים מפרמישלאן - קרעטשניף י"ם - סטראפקוב
זונטאג פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א בן הנולד ביי בנו הרב זאב ארון לייב ראזענבוים שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי דוד שלמה ראזענבוים שליט"א אבד"ק קרעטשניף ירושלים, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, דער רך הנולד איז אויך אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פרמישלאן אין בני ברק אין שפיץ פון די געהויבענע זיידע


האד' מסטראפקוב צוגאסט אויף שבת אין בני ברק לרגל שבת בעפאר הילולא פון הרה"ק רבי מנחם מענדיל מסטראפקוב זי"ע
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • ו' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר דעם שבת תזריע טהרה העעל"ט איז כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א געווען צוגאסט אין עיר התורה והחסידות בני ברק, לרגל די שבת בעפאר די הילולא קדישא פונעם פעטער הרה"ק רבי מנחם מענדיל מסטראפקוב זי"ע בעל דברי מנחם, די תפילות און טישן האט דער רבי אפגעראכטן אין סטראםקובער בית המדרש אויף רחוב נחום אין בני ברק.


סימן טוב ומזל טוב: שידוך געשלאסן בחצרות צאנז - דזיקוב וויזניץ - סטראפקוב - מאקאווא
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט מוצאי צום עשרה בטבת איז פארגעקומען אין קרית צאנז די שמחת התנאים לרגל די קשרי החיתון פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי ישראל לעמבערגער שליט"א רב ביהמ"ד כלל חסידי אין רמה ד' בית שמש זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א


שידוך שליסן אין הויפן פון פינסק קארלין - סטראפקוב - ראדאמישלא - לעלוב
מוצאי שב"ק פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איציק ו. א שיינעם שידוך איז געשלאסן געווארן פאריגע וואך העעל"ו פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, עלטסטער זון פון זיין זון הרה"צ רבי מנחם מענדל ראזענפעלד שליט"א איידעם פון הגה"צ רבי יעקב אלי' האראנטשיק האדמו"ר מלעלוב הר יונה, מיט די כלה א טאכטער פון המנוח הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות בנו הגדול פון כ"ק גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל און איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א


bottom of page
