top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באריכט • אסיפת רבנים אין וויליאַמסבורג איבער ברענענדיגן נושא פון שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

זונטאג שבוע שחל בו פסח - י"א ניסן תשפ"ג


ואת עמלינו אלו הבנים


א שטורמישע אסיפה דחופה, איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם דינסטאג, וואס איז פאררופן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אין די נייע וויענער מיידל שולע אין וויליאמסבורג, וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע אדמורי"ם, גדולי רבנים ומנהיגי הקהילות שליט"א פון דער שטאט "וויליאמסבורג", וואו מען האט מטכס עצה געווען איבער דער ברענעדיגער פראבלעם פון שיקן אמעריקאנער בחורים לערנען קיין ארץ ישראל אין הערן ערשטהאנטיגע עדות פון חשוב'ע תורה'דיגע אויטאריטעטן אין ארצינו הקדושה, וואס האבן געשילדערט ערשטהאנטיגע האר- אויפשטעלנדע געשיכטעס וואס זיי האבן אליינס בייגעוואוינט, אדער האבן שפעטער מיטגעהאלטן נאכ'ן ווערן פערזענליך פארמישט אין די קעיסעס.

דער אסיפת הרבנים איז פאררופן געווארן דורכן וויענער רב שליט''א, וואס עס איז שוין עטליכע יאר וואס דער רב שליט"א איז עוסק אין דעם הינזיכט, און איז מרעיש עולמות אז מען דארף מתקן זיין דעם עולם הישיבות אז עלטערע בחורים זאלן קענען בלייבן לערנען דאהי אין אמעריקע און נישט דארפן גיין קיין ארץ ישראל. צו פארשטיין די אויסטערלישע וויכטיגקייט און קריטישער נויט אין דעם ענין, דארף מען בלויז אינאכט נעמען אז די אסיפה איז פארגעקומען אין די גאר פארנומע ערבי פסחים טעג, ווען יעדער איז פארנומען מיט די צרכי החג און די פילע דרשות שבת הגדול און בכלל במשך די יו"ט טעג. פארט האבן די גדולי הרבנים שליט"א פארשטאנען מדעת עצמם אז דער צייט ברענט! דער מצב איז אומדערטערגליך! און נויטיגע שריט דארף גענומען ווערן וואס שנעלער!.

דער אסיפה איז פארגעקומען אין די נייע שמחה זאל פון די נארוואס פארענדיגטע מיידל שולע פון ק"ק "וויען", וואס געפינט זיך ביים ווינקל פון נאסטראנד און ווילאבי עוועניוס. דער געביידע איז נאכנישט אין באנוץ, אבער מחמת הנחיצות הענין איז דער אסיפה אראנזשירט געווארן אין דעם זאל. ביים אסיפה האבן זיך באטייליגט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר - פאפא - וויזניץ וויליאמסבורג - וויען - קאשוי - תולדות צבי ספינקא - יאוואזשנא - אין הרבנים הגאונים הצדיקים אב"ד פאיע וחבר הבד"ץ דקיט"ל, הגה"צ רבי אהרן זילבערשטיין דומ"ץ צעהלים - אב"ד מישקאלץ - אב"ד אשוי - אב"ד תפארת משה - אב"ד ישראל והזמנים - אב"ד איבראן - אב"ד קאלוב - אב"ד נייטרא - הגה"צ רבי יחזקאל טיילבוים אב"ד קלאסנא ודומ"ץ ביהמ"ד סאטמאר קליימער - הרה"ג רבי הירצקא צוויבל- ראש הכולל ורב ביהמ"ד ברך משה, הגה"צ רבי בנציון לאוב שליט"א מו"ץ בקיט"ל, הגה"צ ר' ישראל בער שטיין שליט"א מו"ץ בקיט"ל. הרה"ג ר' דניאל געלדצעהלער שליט"א ר"י אור ישראל - הרה"ג ר' אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אב''ד מטה אפרים ור"י שערי יושר, הרה"ג ר' שלמה לעזער שליט"א מגיד שיעור אין ישיבה שערי יושר, וועלכע זענען אריינגעטון בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אין דעם נושא.


אזוי אויך האט זיך אנגעזען דער באטייליגונג פון א חשוב'ע רבנ'ישע דעלעגאציע פון ארץ הקודש, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן קיין אמעריקע, כדי צו קענען אראפגעבן אן ערשטהאנטיגע באריכט איבער וואס עס טוט זיך אפ מיט חוץ לארץ'דיגע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל. הרה"כ רבי אברהם צבי פאפענהיים מו"ץ בעדה החרדית אין מרבני שכונת "בית ישראל", וראה"כ קרן אור, תחת נשיאתו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אן איידעם פון כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א. המשפיע הרה"ג רבי יחזקאל ערלאנגער ראש ישיבת מעזריטש אין 'הר יונה', א זון פון המשפיע רבי סענדר ערלאנגער זצ''ל, און הרה"ג רבי דוד ארי גרובער יושב ראש 'אכסניא של תורה' וואס גיט זיך אסאך אפ מיט אויסלענדישע בחורים.

איינגעלייטעט דעם אסיפה האט הגה"צ רבי יעקב מאסקאוויטש שליט"א רב דביהמ"ד תורת חמ"ד נייטרא וויליאמסבורג. דער רב האט ארויסגעברענגט אז דער נושא איז עפעס וואס ליגט אויפ'ן הארץ פון אלע מנהיגי ישראל, און צוליב דער חומר הענין האט מען טאקע פאררופן דעם אסיפה אין אזא צייט, טראצדעם וואס יעדער און טרוד מיט די צרכי יום טוב.

דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי אברהם צבי פאפענהיים. וואוינענדיג אין הארץ פון די היימישע 'בית ישראל' געגנט וואס געפינט זיך נעבן 'מאה שערים', האט דער ראה"כ דערציילט ערשטהאנטיגע שרעקליכע געשיכטעס וואס ער זעלבסט האט מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן. ער האט ארויסגעברענגט אז ווען עלטערן וואלטן ווען געוואוסט די אמת'ע מציאות וואס עס טוט זיך אפ מיט די בחורים וואס פארן קיין ארץ ישראל, וואלטן זיי קיינמאל נישט געשיקט זייערע קינדער דארט לערנען. דאן האט ער אדרעסירט די נושא פון די 'חבורות' אין ארץ ישראל. וואס ווי דער סדר איז אויסגעשטעלט נעמען זיך בחורים צוזאם און מען נעמט אויף א ראש החבורה וואס זאל זיין דער תורה'יגער אויטאריטעט איבער זיי, דער מציאות איז אבער אז א גרויס טייל פון די בחורים טוען כל מה שליבם חפץ, און דער ראש שהחבורה איז בלויז א טיטל אן א מיטל...

דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי יחזקאל ערלאנגער שליט"א ר"י מעזרישט דחסידי תולדות אברהם יצחק אין הר יונה. דער ר"י האט ארויסגעברענגט אז דער גאנצער אויר אין ארץ ישראל איז אויסגעשטעלט מיט א 'פרייהייט', יעדער קען טון כל מה שלבו חפץ, און קיינער האט נישט קיין רעכט איינצוטיילן א צווייטן וואס צו טון. דאס קען ח"ו צוברענגען אז מען זאל אראפווארפן דעם עול מלכות שמים, וויבאלד איך בין א מענטש פאר מיר און טו וואס מיין הארץ באגערט. דער ר"י האט ארויסגעברענגט אז מען זעט טאקע אסאך גוטע ערליכע בחורים אין ארץ ישראל וואס לערנען פלייסיג, און דאס קומט אויך 'מרצונם הטוב', וויבאלד זיי האבן ליב צו לערנען זיצן זיין אין ישיבה און לערנען, און די אנדערע וואס 'ווילן' נישט טוען אנדערע זאכן ליידער, ה"י. דערביי האט ער ארויסגעברענגט אז עלטערן האבן נישט קיין השגה וואס עס טוט זיך אפ אין ארץ ישראל און וואס זייערע קינדער קענען דארט ח"ו טון. ער האט ארויסגעברענגט אז ווען עלטערן זאלן ווען וויסן וואס דארט טוט זיך אפ וואלט מען אלעס איבערגעלאזט און אהיימגעברענגט די קינדער פון ארץ ישראל.


דאן האט אויפגעטרעטן מיט א שטארקע דרשה, הגה"צ רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א, אב"ד ישראל והזמנים, וואס האט ארויסגעברענגט אז אין די לעצטערע יארן האלט ער מיט פונדערנאענט פילע געשיכטעס וואס קומט פאר מיט בחורים וואס זענען געגאנגען לערנען קיין ארץ קיין ארץ ישראל. דער רב האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט דאס וואס הרה''ק מסאטמאר זי"ע האט אמאל געזאט אז עס איז בעסער אז א בחור זאל לערנען אין אמעריקע און זיין נעבן זיינע עלטערן ווי איידער צו גיין לערנען אין די בעסטע ישיבה אין ארץ ישראל. ער האט ארויסגעברענגט אז אומצאליגע בחורים וואס האבן געלערנט אין ארץ ישראל זאגן קלאר אז זיי וואלטן קיינמאל נישט געשיקט זייערע קינדער לערנען אין ארץ ישראל, וויבאלד זיי ווייסן וואס דארט טוט זיך אפ. דאן האט דער רב ארויסגעברענגט אז מען דארף פארבעסערן דער סיסטעם פון אמעריקאנער ישיבות הן מיט דעם וואס פילע ישיבות שפארט די כתה אפ ווען דער בחור איז קוים ניינצן יאר, און הן די ישיבהות וואס שטעלן יא צו פאר עלטערע בחורים, זאל עס זיין מיט א געשמאק און צוגעשטעלט אלעס וואס פעלט זיך אויס. אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז מען דארף מטכס עצה זיין וויאזוי מען קען פארבעסערן דעם סדר הישיבות אז עלטערע בחורים זאלן זיך שפירן באקוועם צו בלייבן לערנען אין די זעלבע ישיבה אפי' מען לערנט שוין דארט עטליכע יאר.

דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד ארי' גרובער שליט"א יו"ר 'אכסניא של תורה'. ר' דוד ארי' איז שוין יארן אריינגעטון בעובי הקורה אין פילע קעיסעס פון ראטעווען בחורים. ער האט אויפגעטרעטן מיט בכיות נוראות, און ארויסגעברענגט אז מען דארף דאטעווען דעם מצב בעוד מועד, וויבאלד ביי פילע פון די בחורים קען עס שאטן פאר די קומענדיג דורי דורות ר"ל.

נאך די צענטראלע דרשות איז פארגעקומען א ענגע אסיפה צווישן די רבנים און מנהלים ורמ"י הישיבות אין אמעריקע הרה"ג ר' דניאל געלדצעהלער שליט"א ר"י אור ישראל און הרה"ג ר' אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אב''ד מטה אפרים ור"י שערי יושר, הרה"ג ר' שלמה לעזער שליט"א, ר"מ בישיבת שערי יושר, וואס זענען שוין א שטיק צייט אריינגעטון אין דער נושא. די רבנים האבן געהערט פון די מנהלים וואס דער שורש פון דער פראבלעם איז און דאן מטכס עצה געווען פארשידענע געדאנקען וואס מען קען טון צו פארבעסערן דעם מצב אין די ישיבות אין אמעריקע.

ביים סוף פון דער אסיפה האט דער יושב ראש ווידעראמאל אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט דער אסיפה איז בלויז געווען דער אנהויב פון א נייע תקופה בעולם הישיבות אין אמעריקע, און אז כולם פה אחד זענען בדעת אחת אז מען דארף מרעיש עולמות זיין פאר אלע געלט אין די וועלט און מיט אלע כוחות פון עסקנים העוסקים בצרכי ציבור דאס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל.



bottom of page