top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פסק הלכה פון הגה''צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ''ץ סקווירא ב''פ איבער מזונות ברויט שערוריה

דאנערשטאג פ' צו - ח' ניסן תשפ"ג



קול בחצרות - נאכפאלגענדיג די לעצטע שערוריה אין ניו יארק איבער וועלכע ברכה צו מאכן אויף מזונות ברויט און ראללס, איז אין די יעצטיגע טעג ערשינען א ענדגילטיגע פסק הלכה והוראה פונעם בארימטן פוסק הגה"צ ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ ובעל משיב נבונים, וואו דער רב טוט קלארשטעלן דעת תורה הברורה וויאזוי זיך צו פירן ווען עס קומט צו עסן די סארט ראללס.


ווי באקאנט גייט שוין אן א שערוריה איבער דעם ענין פאר לאנגע חדשים, מערערע בריוון און שאלות ותשובות זענען שוין געשריבן געווארן דורך גדולי הרבנים, איבער די גדר פון פת הבאה בכיסנין, וואס עס גייט אלס אריין אין דעם קאטעגאריע, אין צו מען קען מאכן דערויף איז א בורא מיני מזונות צו נישט.


אצינד האט דער סקווירא דיין אפגעשריבן א פסק הלכה, וואו ער טוט דורך פארשידענע צדדים, ווי דער דיין שרייבט אז צוליב די פילע ספיקות אין דעם ענין זאל מען דעריבער מעיקר הלכה נישט מאכן קיין ברכה מזונות אויף די אלע סארטן מזונות ברויט אין ראללס, נאר מען זאל זיך אלעמאל פריער וואשן אויף געהעריגע ברויט און מאכן המוציא, עסן א כביצה פון די המוציא ברויט, און הערשט נאכדעם קען מען עסן די סארט ראללס, ארויסצוגיין מידי ספק ברכה.


דער דיין לייגט צו אז אין א פאל וואס עס איז נישט דא צו באקומען קיין המוציא ברויט, צום ביישפיל אונטערוועגנס בריחוק מקום, דעמאלט איז דא מקום מקיל צו זיין צו מאכן א מזונות אויף די ברויט, מיט די פאלגענדע תנאים: א': אז ווען מען עסט אנדערע מאכלים ווי סאלאטן און דאס גלייכן זאל מען קודם מאכן א ברכה אויף די אנדערע זאכן, וואס מ'עסט מיט די מזונות ברויט, כדי עס זאל נישט זיין א שאלה פון ברכה לבטלה, אויב ווערט עס גע'פטר'ט דורך די ברכה פון ברויט. אזוי אויך זאל מען זיך וואשן נטילת ידים אן א ברכה, נישט אריינצופאלן אין א ספק עבירה רח"ל. אויך איז כדאי אז נאכן ברכה פון על המחיה זאל מען מאכן א ברכה אויף א מאכל וואס איז נישט קיין חלק פון די סעודה צום ביישפיל פרוכט זיסווארג אין דערמיט פטרן דער בורא נפשות פון די אנדערע מאכלים.

Comments


bottom of page