top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אחר מיטתו פון כ"ק האד' מלובלין זכר צדיק לברכה | ביאגראפיע

מיטוואך פ' צו - ז' ניסן תשפ"ג


קול בחצרות - א טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף דער עולם התורה והחסידות, מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער די פלוצימדיגע הסתלקות פון כ"ק מרן אדמו"ר רבי שלמה דוד אליהו איגר זצוק"ל מלובלין פון די געהויבענע פרעזענליכקייטן אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק. מיט זיין הסתלקות איז אוועקגעריסן געווארן אן עובד ה', חסידא ופרישא, ענוותן כהלל, גריס באורייתא תדירה ולא מחזיק טיבותא לנפשיה.


דער רבי איז געווען איז געווען א זון פון כ"ק אדמו"ר ר' אברהם מלובלין זצ''ל, אין האט געצויגן זיין ייחוס בן אחר בן צום הייליגן צדיק רבי לייבעלע אייגער זי"ע פון לובלין, אייניקל פונעם גאון הדורות הגה''ק רבי עקיבא איגר זי"ע. נאך די קריג האט זיין פאטער חתונה געהאט בזוו"ש מיט די רעבעצען ע"ה טאכטער פון הרה''ח רבי דוד וויינפעלד וואס איז געוועהן א פלומעניק פון הרה''ק בעל 'בית ישראל' מגור זצ"ל ביי וועם דער רבי זצ''ל האט גענאסן א קירבה יתירה. אין זייינע בחורישע יארן פלעגט אים דער בית ישראל נעמען מיט זיך אויף זיינע נסיעות קיין חיפה, ווי דער בית ישראל פלעגט זיך אויפהאלטן פון צייט צו צייט מחזק צו זיין די ארטיגע גורע חסידים.


גערער חסידים דערציילן אז ביי איינע פון די נסיעות האט אים דער בית ישראל געפרעגט אויב ער האט מיט זיך א ספר, און ווען ער האט געענטפערט אז ניין, האט אים דער בית ישראל געפרעגט: "א גאנצע רעבעלע און האסט נישט קיין ספר?"... ווען איממער די רבי פלעג קומען א 'נסיעה' צום רבי'ן דער בית ישראל, האט אים דער בית ישראל איינגעלאדענט צו קומען עסן די סעודת שבת ביי אים. אויך שבת סליחות תשל"א ווען דער בית ישראל איז צוריקגעקומען פון חיפה נאך אן אפעראציע, און זייענדיג נאך אפגעשוואכט האט דער בית ישראל נישט איינגעלאדענט קיינעם צו די סעודה, דאך האט דער רבי יא זוכה געווען צו זיין פון די געלאדענטע ביים סעודה.



עס ווערט דערציילט אז דער רבי פלעגט לערנען שעות ארוכות איבער די כוחות, איין יאר נאך ווען די רבי האט געלערנט 36 שעה ברצופות כהכנה צום יו"ט פורים,האט זיך דער בית ישראל דערוואוסט דערפון, האט ער דאן אנגעזאגט איינע פון די מקורבים ער זאל היטן אויפן רבי'ן אז ער זאל זיך נישט איבערשטרענגען אין עסן ווי עס דארף, נאכן הסתלקות פונעם רבין דער "בית ישראל", האט זיך דער רבי מסתופף געוועהן בצל קדשם פון האדמו''רים לבית גור דער לב שמחה אין דער פני מנחם אין דערנאך ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.

בהגיעו לפרקו האט די רבי חתונה געהאט מיט די רעבעצען א טאכטער פון הרה''ח רבי לייבל יוד ז"ל מחשובי חסידי גור אין חיפה. נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט נעבן זיין פאטער אין בני ברק און האט געלערנט אין כולל בית תלמוד להוראה דחסידי גור בני ברק. שפעטער ווען דער לב שמחה האט געגרינדעט די כולל 'פרי גידולים' פאר אברכים מציונים האט זיך דער רבי קובע מקום געוועהן אין דעם כולל ווי די רבי האט זיך פארהערט אויפן גאנצן ספר 'קצות החושן'. אויך נאכן ווערן אויפגענומען אלס רבי, האט דער רבי ממשיך געווען צו לערנען אין כולל מיט א זעלטענע פשטות כאחד מן החבריא.


נאכן הסתלקות פונעם בית ישראל האט די רעביצין געבעטן פון איר פלומעניק דער לובלינער רבי זצ"ל אז אזוי ווי איר מאן דער בית ישראל האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, זאל ער זאגן קדיש נאכ'ן בית ישראל. דער רבי האט נישט געהאט קיין חשק, אזוי ווי זיינע עלטערן האבן נאך געלעבט, איז ער אריין צום רבי'ן דער לב שמחה און פארגעלייגט זיין ספיקות. דער לב שמחה האט זיך פארטראכט און דערנאך געגעבן א זאג אז ער זאל עס אננעמען. ויהי לפלא, אז זיין מאמע די לובלינער רעבעצין איז נפטר געווארן מיט עטליכע חדשים שפעטער ז' תשרי תשל"ח.


כ"ח בתשרי תשס"ג איז נפטר געווארן זיין פאטער כ''ק האדמו"ר מלובלין זצוק"ל און גענוי עלף חדשים שפטער כ"ז במנחם־אב תשס"ג, איז נפטר געווארן די רעבעצין פונעם בית ישראל און דער לובלינער רבי האט דאן געזאגט קדיש נאכן רעבעצין. ויהי לפלא.


נאך די הסתלקות פון זיין גרויסן פאטער דער לובלינער רבי זצ"ל בשנת תשס"ג, איז די רבי אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקומו און האט ווייטער אנגעפירט דאס ביהמ"ד אויף רחוב אלישע אין בני ברק. ער איז אנטלאפן פון סיי וועלכע גינוני כבוד אדער רעביסטעווע, נאר געדינט דעם אויבערשטן בלתי לה' לבדו מיט אן אש קודש און התלהבות דקדושה. ער פלעגט אויך טיילן אסאך צדקה שטילערהייט פאר נויטבאדערפיגע יודן.


אין די לעצטערע תקופה איז ער געווען זייער שוואך אבער דאך האט ער פארגעזעצט זיין עבודת הקודש מיט מסירת נפש. נעכטן נאכמיטאג האט ער זיך צוריקגעקערט פון שפיטאל און צוריקקומענדיג אהיים, האט ער געליטן פון א הארץ אטאקע און האט צוריקגעגעבן זיין לויטערע נשמה ליוצרה, אין עלטער פון 73 יאר. די לויה איז ארויס פארנט פון בית מדרשו אין בני ברק און דער רבי איז געברענגט געווארן לקבורה אויפן פונוביז'ער ביה"ח אין בני ברק. דער רבי לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, בנין וחתנין דרבנן, וואס זענע ממשיך זיינע הייליגע דרכים לשם ולתפארת.

bottom of page