top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מרימינוב אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל ארויסצוהעלפן מיט זוכעריי נאך הב' משה קליינערמאן

דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג


אין די יעצטיגע טעג איז כ"ק אדמו"ר מרימנוב שליט"א פון בארא פארק אנגעקומען אויף א ספעציעלע באזוך אין ארץ ישראל, אנבאלאנגט די אקטיווע זיכעריי נאך הב' החשוב אברהם משה קליינערמאן, וואס פעלט שוין פונדערהיים מער ווי א יאר צייט, אן איבערלאזן קיין שפורן נאך זיך.


ווי ברייט באקאנט איז הב' החשוב משה קליינערמאן פארשוואונדן געווארן מיט איבער א יאר צוריק, זייענדיג אויף שבת אין אתרא קדישא מירון, מערערע זוך אקציע'ס איז שוין פארגעקומען אויף פארשידענע אופנים, אבער ליידער האט מען נאכנישט געטראפן עפעס וואס זאל דערגיין זיינע שפירן.


דער רימנובער רבי פון בארא פארק וועלכער איז באקאנט מיט זיין ידיעות בתורת הקבלה, האט מיט א שטיק צייט צוריק אפגעראכטן א גורל הגר"א, און דערביי אויסגערעכנט ווי אין ארץ ישראל מען דארף זוכן, דער רבי האט געהייסן קוקן אינעם דערפל פקיעין, ביז מ'וועט בסייעתא דשמיא טרעפן דעם פארלוירענעם בחור.


אין די יעצטיגע טעג איז דער רימנובער רבי ספעציעל אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל צו אנטייל נעמען אין די זוכעריי, דער רבי איז ארומגעגאנגען איבער די גאנצע געגנט אין באגלייטונג פון עטליכע בני המשפחה, און הרב הגאון ר' יוסף בערגער רב פון עמנואל, וועלכער איז שטארק אקטיוו אין די זוכעריי. אזוי אויך האט דער רבי אפגעהאלטן א זיצונג מיט די הויכראנגיגע באאמטע און די אפיציעלע אפיצירן וואס פירן אן מיט די זוכעריי, און מטכס עצה געווען וויאזוי מ'קען טרעפן דעם פארלוירענעם בחור, און אים צוריק אהיימברענגען צו זיינע עלטערן.

Comments


bottom of page