מיטוואך פ' צו - ז' ניסן תשפ"ג | בחצרות הקודש
דעם זינטיג נאכט האט זיך כ''ק האדמו''ר מטאלנא שליט''א פון אשדוד באטייליגט ביים יארצייט טיש בחצר הקודש רחמיסטריווקא לרגל די הילולא פון הרה''ק רבי יוחנן מרחמיסטירווקא זי''ע, נאכן טיש איז דער טאלנא רבי אריין אויף א באזוך צום רחמיסטירווקא רבין ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די כלה א טאכטער פונעם רבין מיט די חתן א זוהן פון הרה''ג רבי אליקים שפירא, דער רבי האט געליינט די תנאים אין דערנאך געטרינקען לחיים אין געוואונטשן מזל טוב פאר די חתן אין מחותנים.
Comments