תעלוץ קריה: הערליכע שבת של שמחה אין די זוטשקא הויף לרגל באווארפן פון החתן בנו הצעיר פון האד' מזוטשקא
- לפני 20 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט גרויס התרגשות און דערהויבנקייט האבן מאסן חסידים ומעריצים פון די זוטשקא הויף מיטגעלעבט די שבת עלייה לתורה לקראת די גרויסע חתונה פונעם חתן בנו הצעיר פון כ״ק אדמו״ר מזוטשקא שליט״א. במשך דעם גאנצן שבת האט דער נייע ביהמ"ד הגדול זוטשקא אין בני ברק געווירבלט מיט הונדערטער אידן, אריינגערעכנט פילע אנשים חשובים ואישי ציבור, וועלכע האבן מיטגעהאלטן די תפילות און טישן דורכאויס שבת. בכדי צו קענען אקאמאדירן דעם פלייץ חסידים און תושבי העיר, און פארזיכערן כבוד הציבור איז דער בית המדרש הגדול ספעציעל צוגערישט געווארן אויף א פילפאכיגערן פארנעם.
ספעציעל האט ארויסגעשיינט דער חשובע גאסט כ״ק אדמו״ר מזוטשקא מאנסי שליט״א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן לכבוד די גרויסע שמחה, און האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת בצל הקודש.
ערב שבת קודש, ביים זמן מנחה, איז דער רבי שליט״א אריינגעקומען אין בית המדרש צום מעמד ״שטריימל לייגן״, מיט וועלכן עס האט זיך אנגעהויבן די געהויבענע סידורו של שבת.
ביים טיש פרייטאג צונאכטס, וואס איז געווען א חטיבא אחת פון התרוממות, דביקות, און שמחה, האט זיך אנגעזען א מאסיווע שטראם פון אלע עקן שטאט. במשך דעם טיש האט דער רבי שליט״א אויסגעלערנט צוויי נייע ניגונים. דער ערשטער איז געווען א ניגון התעוררות אויף די ווערטער ״אחת שאלתי״, ספעציעל לכבוד די ימי הרחמים והרצון, און דער צווייטער א ניגון של שמחה, וואס דער רבי האט אליין מחבר געווען דעם שבת קודש פאר'ן טיש.
ביים באגלייטן שבת אינדערפרי וואס איז ארויס פונעם רבינס שטוב האבן זיך באטייליגט די חשוב׳ע זיידעס, כ״ק אדמו״ר משאץ שליט״א און כ״ק אדמו״ר מביאלא ישרי לב שליט״א, וועלכע האבן אויך מיטגעדאווענט די תפילות שבת און זיך משתתף געווען ביים קידושא קידושא רבא דערנאך.
ביי עלי' פונעם חתן האט דער ציבור געזונגען דעם ניגון ״אחד יחיד״ כנהוג, און במשך דעם קידוש זענען די פילע משתתפים דורך וואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די זיידעס. צווישן זיי איז געווען דער פעטער פון חתן, כ״ק אדמו״ר מזוטשקא אמסאנא שליט״א.
ביים סעודת שבת אינדערפרי האבן מיטגעגעסן אלע געסט מחוץ לעיר, צוזאמען מיט די בחורים, וועלכע האבן געהאט די זכי' מסיב צו זיין על שולחן מלכים.
ארום צוויי שעה פאר זמן הדלקת הנרות איז דער רבי שליט״א אריינגעקומען צו אמירת כל ספר תהילים, ווי דער מנהג איז אין בית נדבורנא - זוטשקא אין די שבתות פון חודש אלול.
דער הויכפונקט פון דעם שבת איז געוויס געווען בעת רעווא דרעווין, ווען דער רבי שליט״א האט צווישן די זמירות געזונגען פון די הארציגע ניגוני קודש און דערנאך משמיע געווען דברי אלוקים חיים, בקול חנוק דמעות וואס האט טיף בארירט די הארץ סטרונעס פון אלע אנוועזנדע.
דער רבי האט משמיע געווען דברי הכנה והתעוררות אויף די געהויבענע טעג פון חודש אלול און די בעפארשטייענדע ימי השמחה, און דערנאך אויך איבערגעגעבן דברי כיבושין ספעציעל פארן חתן, וואס האט יעדן מרגש געווען.
נאך רעווא דרעווין איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל, בתופים ובמחולות, און פרייליכע ריקודין. ביים פארשפיל האט זיך באטייליגט דער זיידע, הגה״צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט״א, אבד"ק טשערנאביל אלעד. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, נאכגעפאלגט מיט קידוש לבנה און הבדלה, מיט וועלכע דער געהויבענער שבת איז געקומען צום שלוס.
אצינד אין די לעצט פארבליבענע מעת לעת צו די מארגנדיגע חתונה זענען די הכנות אין פולן שוואונג. די היכלי מלכות זאל זאל ווערט צוגעגרייט אויפן גרעסטן פארנעם שייך, בכדי צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור וואס איז ערווארטעט זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה.
דער קלימאקס פון די שמחה וועט זיין ביים געהויבענעם מעמד המצוה טאנץ פונעם בעל שמחה כ״ק אדמו״ר מוזטשקא שליט״א, ווען דער רבי וועט פארזינגען די ניגוני התעוררות אויף זיין שטייגער, און דערנאך אפרעכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, באש שלהבת כדרכו.
נאך דעם מעמד המצוה טאנץ פון רבי'ן שליט״א, וועלן זיין צוגעשטעלט באסעס צו פארשידענע שטעט כדי צו פארזיכערן אז דער ציבור זאל קענען אנקומען אהיים גרינג און באקוועם.
































תגובות