top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האחים הרבנים בני האד' מבאיאן באזוכט אין תלמוד תורה באיאן מאנסי נאכגעפאלגט מיט רייכע באנקעט לטובת המוסד

  • sfbechatzros
  • 26 בנוב׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: איצי מ.

דעם זונטאג נאכמיטאג האבן די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בנו הגדול הרה"צ ר' יוסף ברייאר שליט"א און הרה"צ ר' יצחק מאיר ברייאר שליט"א פון לאנדאן באזוכט אינעם תלמוד תורה דחסידי באיאן אין מאנסי, ווי זיי זענען ארומגעגאנגען בין כותלי המוסד אינאיינעם מיט עטליכע נגידים תומכי תורה מתפללים אין די באיאנער קלויז אין די איסט סייד וועלכע זענען געלאדענט געווארן אויף דעם באזוך אין חדר. 


דעם רבינס קינדער האבן אויסגעדרוקט זייער התפעלות פון די הערליכע אנטוויקלונג פונעם חדר זינט דאס לעצטע מאל זיי האבן דארט באזוכט מיט בלויז עטליכע יאר צוריק ווען מען האט געעפענט די ערשטע כיתה, און היינט האלט מען שוין ב''ה ביי פינף כיתות בלי עין הרע. 


נאכן באזוך אין חדר איז אפגעהאלטן געווארן א רייכע באנקעט לטובת די תלמוד תורה אין שטוב פונעם מנהל המוסדות הרב שמואל ליווי הי"ו, וואו ביידע פונעם רבינס קינדער האבן אנגעווארעמט די נגידים זיך אנצורופן מיט ווארימע שטיצע לטובת די חדר.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


bottom of page