דינסטאג פ' ויקהל • כ"ה אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: ארי פריינד
נעכטן נאכמיטאג ביי די מסע הלוויה פון כ"ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, נאכן סתימת הגולל אויף די סאטמארע בית החיים אין ניו דזשערזי נעבן קברי אבותיו, האט חתנו הגדול הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד"ק ראשית חכמה מאנטריאל, אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער בשם זיין גרויסן שווער דער רב זצ"ל, און אויפגענומען אלס ממלא מקום בנו הגדול הגה"צ ר' דוד דוב מייזליש שליט"א.
הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א איז דער עלטסטער זון פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, און א איידעם ביי הגה"צ ר' שמעון זאב מיללער זצ"ל אבד"ק אראד. ער איז באקאנט אלס א חשובער רב און מגיד מישרים, דינענדיג שוין פאר לענגערע יארן אלס רב הצעיר אין קהל יראים סיגעיט, שטייענדיג לימין קדשו פון זיין גרויסן פאטער בהנהגת הקהילה, און אלע אנגעלעגנהייטן אין יעדע הינזיכט.
דער רב איז א גרויסער מחבר ספרים און געוואלדיגער בעל מחדש, ער האט שוין פארפאסט די באקאנטע ספרים "אוצר השבת" עטליכע בענדער, ספרי אוצר המועדים עטליכע בענדער, ספר פאר דוד און נאך, און איז א געוואלדיגער בקי בהלכה און מנהג.
אצינד ווערט ער נתעלה בכתר הרבנות, און וועט דינען אלס גאב"ד קהל יראים אין סיגעיט, צו משפיע זיין פאר נאנט און ווייט מהודו והדרו. די אנדערע ברידער הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א פירט אן זיין שיינע קהילה אין וויליאמסבורג, הגה"צ אב"ד לאסק שליט"א פירט אן זיין שיינע קהילה אין בארא פארק, הגה"צ ר' פנחס מרדכי שליט"א דינט אלס דיין און מורה צדק אין קהל יראים אין סיגעיט, און הגה"צ ר' שמעון זאב שליט"א פירט אן זיין שיינע קהילה אין קרית יואל.
יאריך ימים על ממלכתו.
Коментарі