top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • מאנטאג האזינו תש"פ


שמחת פדיון הבן פון אן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א בן הנולד ביי הרה"ג ר' חיים אלעזר צבי ראבינאוויטש שליט"א בן הגה"צ ר' ירוחם פישל שליט"א ראש ישיבת יודע בינה מונקאטש-מאנסי חתן הגה"צ אב"ד ביאלה-מאנטשעסטער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק.

שמחת התנאים פון הכלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א בת לחתנו הרה"ג ר' יהודה שטערנבערג שליט"א, מיט החתן בן הרב יעקב לעפעגארד שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול סלונים אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים.

שמחת השבע ברכות בבית סערט-וויזניץ – ביאלא: אין ישיבת ביאלא אין אלעד.


שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרה"ג יששכר בער רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא-מאנסי שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק דזיקוב-וומסב"ג שליט"א, די שמחה קומט פאר אין זאל פון ווילחאוויץ מאנסי.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הגה"צ ר' אברהם חיים שטיינווארצל שליט"א אבד"ק מטה אפרים וראש ישיבת שערי יושר, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' יצחק אונסדארפער שליט"א דומ"ץ דקהל שפע חיים צאנז אין וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ ר' ישראל אונסדארפער שליט"א מרבני צאנז קלויזענבורג, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן זילבערשטיין שליט"א דומ"ץ צעהלים וומס"ב.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב הירצקא בערגער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מישאלץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר בעל דובב מישרים מספינקא זצ"ל, מיט די כלה בת הרה"צ ר' משה אליקים לאבין שליט"א מזידיטשוב-וומסב"ג.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' משה ווייס שליט"א ראש ישיבת מאור התלמוד, מיט די כלה בת הרה"ג ר' נפתלי שטינווארצעל שליט"א אב"ד תפלה לדוד עירמאנט.

 

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין בארא פארק אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים בבית מדרשו אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א קומט היינט אן צום שטאט ביתר אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים – בבית מדרשו אין שטאט.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א קומט היינט אן קיין וויליאמסבורג אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים - אין שטוב פונעם ראה"ק הנגיד ר' אייזק דייטש הי"ו.

כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ-מאנסי, וויזניץ-וומסב"ג און וויזניץ-ב"פ שליט"א וועלן היינט פוקד זיין די ציונים הקדושים פון זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע און פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.

כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א קומט היינט אן קיין לעיקוואד, אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג, אין שטוב פון הרה"ח ר' חנני' שפיץ הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון וויליאמסבורג וועט היינט אויפנעמען דעם ציבור אין מאנסי, בבית הר"ר מענדל פינקעסאוויטש הי"ו.

 

היינט קומט פאהר די גרויסע 'כינוס כלל בחורי דושינסקיא' פון אלע שטעט איבער ארה"ק, זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הטעכנלוגיע בראשות כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע וועט אויפטרעטן בחובת השעה אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.



 

ברוך דיין האמת: אין פלעטבוש איז נפטר געווארן הרבנית הינדא רוטננער ע"ה משאמקוט אין עלטער פון 94 יאר. זי איז געווען בת יחידה פון הרה"צ ר' יוסף משה מייזליש זצ"ל אבד"ק אויוואר און אשת חבר ר' יחזקאל רוטננער אבד"ק שאמקוט אין פלעטבוש. זי האט איבערגעלאזט א דור ישרים יבורך: בנו יחידו הגה"צ ר' בנימין דוד רוטנער אבד"ק שאמקוט-פלעטבוש. די איידימער: הגה"צ ר' הערשל היילפרין שליט"א דומ"ץ וויען-ב"פ, הרב אשר לאנדא מדראביטש, הרב יעקב זינגער שליט"א מאלכסנדר-ב"פ, הרב אליהו גריסגאטט שליט"א פון לונדון. די לויה גייט ארויס היינט צען אזייגער צופרי פארנט פון שאמקוט ביהמ"ד אין פלעטבוש. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

ברוך דיין האמת: אין בני ברק איז נפטר געווארן הרבנית רבקה כהנמן ע"ה, אלמנת הגאון האדיר ר' אברהם כהנמן זצ"ל נשיא ישיבת פאנאוויטש, אין הויכן עלטער פון ניין און ניינציג יאר. זי האט איבערגעלאזט גאר חשובע קינדער, צווישן זיי הגאון האדיר ר' אליעזר כהנמן שליט"א נשיא ישיבת פאנאוויטש, און איר איידעם הגאון האדיר ר' שמואל מארקאוויטש שליט"א מראשי הישיבה. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

 

היינט געפאלט די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר ר' ישראל מזמיגראד זצ"ל בניו כ"ק האדמורי"ם מזמיגראד און רודניק שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט סעודה אין ביהמ"ד זמיגראד אין בארא פארק.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' יוסף גאלדמאן זצ"ל אבד,ק נייפעסט – א יארצייט סעודה קומט פאהר אין נייפעסט'ע ביהמ"ד אין בארא פארק.

bottom of page