מוצאי שבת פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
נאכפאלגענדיג די שוידערליכע טראגעדיע וועלכע האט פאסירט די וואך אין מאראקא, ווען פינף ברסלב'ער אינגעלייט זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אין א קאר עקסידענט, האט האדמו"ר ר' יאשיהו פינטאו שליט"א גאב"ד מאראקא, אדרעסירט די ביטערע פאסירונג אין א מודעה פאר חסידיו ושומעי לקחו, זאגענדיג: "זיי זענען געווען ביי מיר אויף דינסטאג און כ'האב זיי געזאגט, גייטס נאכנישט אהיים, בלייבסט דא איבער שבת".
די גרופע ברסלבער אידן עליהם השלום זענען דעם דינסטאג געווען אויף א באזוך אין מאראקא ביים הויפט רב האדמו"ר רבי יאשיהו פינטאו שליט"א און זוכה געווען ליהנות מזיוו אורו. ביים זיך געזעגענען האט דער מקובל געבעטן פון זיי, אז זיי זאלן נאכנישט אהיימפארן נאר פארבלייבן איבער שבת אין מאראקא, "צווישן די לעבעדיגע" - כלשונו. אבער ליידער איז די גזירה שוין געוועהן פארשריבן, די אידן האבן שוין געהאט באשטעלטע בילעטן צוריקצופארן נאך פאר שבת און זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אונטערוועגענס.
אין די מודעה פון הרב פינטאו, טוט ער מחזק זיין די צובראכענע משפחות ארויסהייבענדיג די ערליכקייט פון די אומגעקומענע ע"ה, באגלייט מיט דברי חיזוק ובטחון, זאגנדיג אז מיר פארשטיין נישט דעם אויבערשטנס דרכים וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און איז מסיים מיט ברכת קדשו שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
אינעם בילד: די גרופע אינגעלייט בקודש פנימה ביים מקובל בלויז געציילטע שעות בעפאר די עקסידענט:
Comments