top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני האד' מבאיאן ארויס אומבאשעדיגט נאכן זיין פארמישט אין ערנסטע קאר עקסידענט צווישן ביתר און ירושלים

  • לפני כמה שניות
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ביתר ניוז

גרויס ניסים האט היינט פאסירט ווען די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א זענען געווען פארמישט אין א ערנסטע קאר עקסידענט און בחסדי שמים ארויס אן קיין שאדנס.


דעם רבינס קינדער, בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף שליט"א און הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א זענען געווען אונטערוועגנס אהיים פון ביתר וואו זיי האבן זיך משתתף געווען בשליחות הקודש, ביים שמחת הבר מצוה לבן הרה"ח ר' מרדכי שלמה רבינוביץ שליט"א מגדולי עסקני ק"ק באיאן, פארנדיג אויף די הייוועי צווישן ביתר אין ירושלים האט א קאר פארלוירן קאנטראל און אריינגעקראכט אין א קעגן פארנדע טראק שאפנדיג א גרויסע עקסידענט וואו עטליכע קארס האבן זיך צוזאמגעשטויסן.


כאטש די קאר איז שווער געשעדיגט געווארן, זענען דעם רבינס קינדער בחסדי שמים ארויס ממש אן קיין קריץ. דער משמש בקודש הרב אשר פריזענד הי"ו וועלכע האט זיך אויך געפונען אינעם קאר איז אפגעקומען בלויז מיט לייכטע יסורים אויפן האנט.


נאך א שטיק צייט האט מען פארגעזעצט די נסיעה צוריק קיין ירושלים, אפגעבנדיג א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים וחסדים, ושלוחי מצווה אינם ניזוקים.



תגובות


bottom of page