גרויסן ציבור ביי שמחת הברית לבן הרב שמעון מנחם נחום פריעדמאן בן זקונעם פון האד' מסאדיגורא זצ"ל
- בחצרות הקודש 
- 20 בנוב׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך חיי שרה • י"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

א גרויסן ציבור חסידי וידידי בית סאדיגורא אין ניו יארק האבן דעם זונטאג העעל"ט מיטגעהאלטן די שמחת הברית מילה פון א אייניקל ביים אומפארגעסליכן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצ"ל, בן הנולד ביי בן זקוניו וחביבו פרי עץ חיים הרב שמעון מנחם נחום פרידמאן שליט"א.
די שמחה האט זיך אנגעהויבן דעם שב"ק פרשת וירא ביים שלו' זכר וואס איז געפראוועט געווארן אין די באיאנער קלויז אין וויליאמסבורג מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס זענען געקומען אפגעבן מזל טוב פאר דער בעל שמחה, מוצאי שבת איז פארגעקומען די סעודת הוואך נאכט מיט די השתתפות פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן לרגל די שמחה, און האט געציילטע שעה'ן פריער געלאנדעט אין ניו יארק לכבוד די שמחה, אויך האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א וועלכע האט פארגעזינגען ניגוני קודש לבית סקולען לכבוד די שמחה.
הצופרי איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בבית מדרשו פונעם זיידן הגה"צ רבי מאיר איתמר שווייד רב ביהמ"ד חכמת שלמה, אלס מוהל האט געדינט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, די זיידע הגה"צ רבי מאיר איתמר שווייד איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, ברכות וקריאת השם האט געזאגט די פעטער כ''ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א, ויקרא שמו בישראל, 'ישראל משה' נאכן זיידן כ''ק האדמו''ר מסאדיגורא זצ"ל, מיט עמידה לברכות איז מכובד געווארן הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר רב חסידי באיאן אין אמעריקא.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה, די מוהל כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די בעלי השמחה, און איז דערנאך פארבעטן געווארן דורכ'ן פעטער די סאדיגורא רבי פון לאנדאן אויפצוטרעטן מיט דברי תורה לכבוד הנאספים און מען האט זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א רקידה, דערנאך האט מען ממשיך געוועהן די סעודת מצוה מיט פרייליכע ניגוני שבח והודאה, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב שמעון מנחם נחום, אחיו הגדול האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן און די זיידע הרה"ג ר' מאיר איתמר שווייד שליט"א.


















תגובות