מונטאג פ' נצבים וילך - י"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
מיט גרויס שמחה און התרגשות וועט די קומענדיגער וואך געעפנט געווארן א נייע בית המדרש דחסידי סאדיגורא, אין די דזשעקסאן געגנט נעבן לעיקוואד, בנשיאות הרה"צ רבי אליהו אליקים געציל פריעדמאן שליט"א, בנו חביבו ויקירו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל.
הרה"צ רבי אליהו אליקים געציל שליט"א איז די פערטע זון פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל, און א איידעם ביי הגה"צ אב"ד פאקשעוויץ לעיקוואד שליט"א. אלע יארן איז ער געשטאנען לימין קדשו פון זיין גרויסן טאטן דער סאדיגורא רבי זצ"ל, געווען יד ימינו און באגלייט אויף טריט און שריט, די תקופה ווען דער רבי זצ"ל איז געווען אין שפיטאל און אזוי אין אלע זמנים, ווען ער איז צוגעשטאנען מיט מסירת נפש און א מורא'דיגע געטריישאפט.
אצינד האט דער רב שליט"א וועלכער האט געוואוינט ביז יעצט אין לעיקוואד, זיך אריבערגעצויגן צו די דזשעקסאן געגנט נעבן לעיקוואד, וואו ער וועט מייסד זיין בית מדרשו לתורה ולתפילה על דרך אבותיו ורבותיו הקדושים לבית רוזין סאדיגורא, לשמחת לב די פילע תלמידים וחסידים ותושבי השכונה.
דעם שב"ק פרשת כי תבוא איז געפראוועט געווארן די שבת הכתרה און פתיחת הבית המדרש, וואו דעם רבינ'ס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א איז פערזענליך געקומען מיטהאלטן דעם גרויסן שבת.
די התרגשות איז געווען גאר גרויס ביי קריאת התורה, ווען הרב אהרן כהן מחשובי חסידי סאדיגורא ירושלים האט אויסגערופן דעם נייעם רב צו די עליה, יעמוד מורינו ורבינו רבי אליהו אליקים געציל בן אדונינו מורינו ורבינו רבי ישראל משה ואמר כל העם אמן.
•
ביים מלוה מלכה די מוצאי שבת בראשות האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים נאכן וויילן אויף שבת אין די דזשעקסאן געגענט נעבן לעיקוואד
Comments