top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • דינסטאג האזינו תש"פ


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג הירצקא בערגער שליט"א בן הגה"צ אבד"ק מישקאלץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר בעל דובב מישרים מספינקא זצ"ל, מיט הכלה בת הרה"צ ר' משה אליקים לאבין שליט"א מזידיטשוב-וויליאמסבורג.


מאור התלמוד: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג ר' משה ווייס שליט"א ראש ישיבת מאור התלמוד, מיט הכלה בת הרה"ג ר' נפתלי שטינווארצעל שליט"א אב"ד תפלה לדוד עירמאנט.

 

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט היינט אויפטרעטן מיט א שיחת הכנה לימים נוראים פאר כלל בחורי סקולען – 10 אזייגער אין סקולענ'ע ביהמ"ד אין בארא פארק.

כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א קומט היינט אן קיין מאנסי, אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג, אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שמואל באדאנסקיא הי"ו.

כ"ק אדמו"ר מסקולען-לעיקוואוד שליט"א קומט היינט אן קיין בארא פארק אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים, אין אפיס פון הנגיד ר' משה ריטשער ני"ו אויף 38 סטריט.

 

די יערליכע כינוס הוקרה פאר תומכי מוסדות תולדות אהרן אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכע קומט פאר געווענליך אין ראם פון א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל העליון, היי יאר צוליב די איצטיגע אומשטענדן וועט די כינוס הוקרה פארקומען אינעם היכל הבית המדרש אין ירושלים עיה"ק, וואו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועט פארטיילן פאר אלע תומכים א שמירה מעולה, די קמיע פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע וואס איז אנגענומען אין אלע אידישע שטובער.

די יערליכע מסיבה לטובת כולל מגדלות מרקחים ד'צעהלים, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א, עס קומט פאר בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מצעהלים שליט"א אויף בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג.

 

ברוך דיין האמת: אין פלעטבוש איז נפטר געווארן הרבנית הינדא רוטננער ע"ה משאמקוט אין עלטער פון 94 יאר. זי איז געווען בת יחידה פון הרה"צ ר' יוסף משה מייזליש זצ"ל אבד"ק אויוואר און אשת חבר ר' יחזקאל רוטננער אבד"ק שאמקוט אין פלעטבוש. זי האט איבערגעלאזט א דור ישרים יבורך: בנו יחידו הגה"צ ר' בנימין דוד רוטנער אבד"ק שאמקוט-פלעטבוש. די איידימער: הגה"צ ר' הערשל היילפרין שליט"א דומ"ץ וויען-ב"פ, הרב אשר לאנדא מדראביטש, הרב יעקב זינגער שליט"א מאלכסנדר-ב"פ, הרב אליהו גריסגאטט שליט"א פון לאנדאן. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


ברוך דיין האמת: אין בני ברק איז נפטר געווארן הרבנית רבקה כהנמן ע"ה, אלמנת הגאון האדיר ר' אברהם כהנמן זצ"ל נשיא ישיבת פאנאוויטש, אין הויכן עלטער פון ניין און ניינציג יאר. זי האט איבערגעלאזט גאר חשובע קינדער, צווישן זיי הגאון האדיר ר' אליעזר כהנמן שליט"א נשיא ישיבת פאנאוויטש, און איר איידעם הגאון האדיר ר' שמואל מארקאוויטש שליט"א מראשי הישיבה. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


bottom of page