מוצאי שבת פ' תצוה • ט"ו אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל דריי
הונדערטער חסידי סלונים האבן זיך פאריגע וואך פארזאמלט אינעם גרויסן אודיטאריום אין די רמות געגנט אין ירושלים ביים גרויסארטיגן 'ועידת החינוך' געאייגענט פאר אלע עלטערן פון די ילדי החמד תינוקות של בית רבן תלמידים פון די חדרים דחסידי סלונים ברחבי ארץ הקודש, זיך מחזק צו זיין אין דעם ענין פון חינוך הבנים על דרך המסורה.
במשך דעם ועידה האט מען געהערט אינהאלטסרייכע דרשות, הדרכות ישרות און עצות למעשה ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער אויף די אלטע אויסגעטראטענע דרך קעגן די נסיונות הזמן וועלכע בוזשעווען אן אפשטעל. צום הויעכפונקט האט מען מקבל געווען את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכע האט זיך מטריח געווען בטירחיה דגברא רבה צו באשיינען דעם כנסיה לשם שמים, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש דברי הדרכה וחובת השעה פאר די הונדערטער עלטערן.
עטליכע טעג איידער דעם גרויסן וועידה האט די רבי שליט"א איבערגעגעבן שיחת קודש ספעציעל פאר די צענדליגע כלי קודש און מחנכים אין אלע תלמודי תורה דחסידי סלונים מיט דברי חיזוק והדרכה ממשיך זיין די עבודת הקודש ביתר שאת ועוז.
תגובות