בני ברק: הערליכע רבישע חתונה בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל - האלמין
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 3 דקות
פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברגשי שמחה והתעלות האבן פילע חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די הערליכע רבישע חתונה, בחצרות סקווירא - מודזיץ - זוועהיל - האלמין, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די היכלי מלכות זאלן אין בני ברק, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק ירושלים זצ"ל, מיט די כלה אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אייניקל פון חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' יעקב לייב גאלדמאן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק האלמין ביתר שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל.
ביי די שמחה האבן זיך ספעציעל אנגעזען פילע חסידי סקווירא תושבי ארץ הקודש, האבנדיג די געלעגנהייט זיך מיטצופרייען ביי א שמחה פון אן אייניקל פונעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א נאך לאנגע יארן וואס עס איז שוין נישט געפראוועט געווארן א שמחה ביים רבי'ן אין הויף על אדמת ארץ הקודש, און דערביי זיך משמח געווען בשמחתו פונעם זוועהילער רבי שליט"א חתנא דבי נשיאה, ביי די חתונה פון זיין צווייטן אייניקל למזל טוב.
צום באשטימטן צייט זענען די זיידעס האדמורי"ם ערשינען צום מעמד קבלת פנים, וואו מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער פעטער הרה"צ רבי חיים שיף שליט"א מליזענסק. נאכן באדעקן איז מען ארויס צום מעמד החופה פארנט פונעם זאל, וואו מען האט ווייטער געזונגען ניגוני התעוררות מיט גרויס דביקות.
מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, און מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן דער מחותן מצד החתן הרה"ג ר' העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די חשובע זיידעס און פעטערס, דער זיידע הגה"צ אבד"ק האלמין ביתר שליט"א, די פעטערס הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, און הרה"צ רבי יעקב שיף שליט"א מליזענסק. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א. תיכף נאכן חופה איז דער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב ביי די זיידעס האדמור"ים.
דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת החתונה ברוב עם. דורכאויס די סעודה איז ערשינען דער פעטער פונעם זיידן דער זוועהילער רבי שליט"א, זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, וועלכע האט אפגעראכטן א שולחן לחיים אין א זייטיגע שטוב מיט די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם שליט"א.
שפעטער זענען די אדמורי"ם שליט"א ערשינען אינעם גרויסן זאל ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר, די ריקודין האבן אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן בעוז ותעצומות. דורכאויס די שמחה האבן באשיינט דעם אויבן אן פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האט זיך ספעציעל אנגעזען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט באשיינט די שמחה בראש המסובים פאר לענגערע שעה'ן נאכאנאד ביז די שפעטע נאכט שעה'ן, זייענדיג כנודע אדוק ומקושר בכל נימי נפשו לבית סקווירא. אויך האבן זיך באטייליגט האדמורי"ם מסערט וויזניץ, ביאלא, וויזניץ בית שמש, זוועהיל, האדמורי"ם משומרי אמונים פון בני ברק, אשדוד און ירושלים, גארליץ, טאלנא אשדוד, דעעש, אונגוואר, וואסלוי, יערוסלאב, לעלוב בהר"ן, ביאלא רמת אהרן, ספינקא גני גד, ראש ישיבת סאטמאר ב"ב, אב"ד קרית וויזניץ, אב"ד וויזניץ אלעד, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, און הגאון רבי אהרן גאלדמינצער שליט"א דומ"ץ סקווירא ירושלים.
אזוי אויך האבן באשיינט די פעטערס האדמורי"ם מאלכסנדר, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, זוטשקא ירושלים, זוטשקא מאנסי, אמשינאוו אמעריקא, קאזמיר, טעמשוואר אלעד, בוטושאן, ליזענסק בית שמש, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ, הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הרה"צ רבי ישראל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל, און נאך פילע רבנים חשובים.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ רבי ברוך האגער שליט"א אב"ד קהל יראים אשדוד, מחותן מצד הכלה. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן דער דאפלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, האדמורי"ם מביאלא, זוועהיל, אונגוואר, און הגאון רבי אהרן גאלדמינצער שליט"א דומ"ץ סקווירא ירושלים. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מהאלמין שליט"א.
נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא ר' יואל פאלאק הי"ו אויסגערופן די געהויבענע זיידעס און מחותנים צו די ריקודין של מצווה, צום ערשט האט ער אויסגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וואס האט נאך א רייע ניגוני התעוררות אפגעראכטן די עבודת הריקודין באש קודש.
דערנאך זענען געטאנצן די זיידעס האדמורי"ם מהאלמין, זוועהיל, און אבד"ק האלמין ביתר, דערנאך דער פעטער הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א, דער פעטער האדמו"ר מליזענסק בית שמש שליט"א ואחיו הרבנים, און דערנאך די חשובע מחותנים, און חתן וכלה, ערשט ארום דריי אזייגער פארטאגס האט זיך געשלאסן די געהויבענע שמחה.













































תגובות