top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א טרעט אויף מיט דרשת פתיחת הזמן פאר אריבער 650 לומדי הכולל ותלמידי הישיבה

מוצאי שבת פ' אמור • י' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם ראש חודש אייר צום אנהייב פונעם זמן הקיץ אינעם מבצר התורה תפארת אליעזר האבן די הונדערטער לומדי הכולל ותלמידי הישיבה ארייגערעכנט 500 לומדי הכולל מיט די קרוב צו 150 בחורי הישבות אנגעהויבן די נייע זמן וואו זיי וועלן אויסנוצן זייער טעג אין שטייגן על התורה ועל העבודה דורכאויס די זמן.


אין די לעצטערע יארן האט זיך די מבצר התורה שע”י ק”ק תפארת אליעזר פארברייטערט אויף א גרויסע פארנעם אז די ביהמ"ד איז שוין ווידער איבערגעפילט און וויפיל מען פארברייטערט אין פארגרעסטערט אלס ווערט די אנלויף שטערקער פון די הונדערטער בחורים מציונים אשר נפשת חשכה בתורה.


כמידי שנה בשנה האט הגה''צ ר’ אברהם יהודה לעוו שליט"א אב''ד ור”מ תפארת אליעזר אויפגעטראטן מיט די דרשות פתיחת הזמן ווי די רב שליט"א האט ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדי התורה. באזונדער איז ארויסגעברענגט געווארן דאס ענין פון לערנען תורה לשמה אז דאס איז וואס ברענגט אראפ אלע השפעות אויף די וועלט, ווי די רב האט זיך אויסגעדריקט אז היינט ווי עס איז תורה מנוחת בקרן זוית איז זייער גרינג זיך צו מתעמק זיין און הארעווען בתורה לשמה..! מיט אט די דברי חיזוק האט זיך די קול תורה אפקלאנג אפגעהילכעט בין כותלי ביהמ”ד.


"כי טוב סחרה מכל סחורה"








Comments


bottom of page