top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבני העיר בית שמש ארויס פון התפעלות פון מאסיווע חלוקות בדרך כבוד דורך ארגון 'לחמי מרדכי'

מוצאי שבת פ' כי תשא • כ"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


פילע רבנים ואדמור"ים חשובים פון שטאט בית שמש האבן אין לויף פון די לעצטע צוויי וואכן באזוכט אינעם מפעל החסד 'לחמי מרדכי' אין דער שטאט בית שמש, פון ווי עס ווערן וועכענטליך ארויסגעשיקט אלע צרכי השבת, אריינגערעכנט חלות, פיש, פלייש, מיני מתיקה - בחנם, צו הונדערטער אלמנות אין אלמנים אין בית שמש וועלכע באקומען דעליווערט די אלע צוגעהערן אויף השבת צו זייער טיר אין קוקן יעדער וואך ארויס בכליון עינים אויף די חלוקה.


די חלוקה ווערט געפירט דורך המשפיע המפורסם הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזנבוים שליט"א בעל דרך אמונה מיט די הילף פון נדיבים בעם בארץ ובגולה. פאריגע וואך איז כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ בית שמש שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם מפעל אין שטארק באוואונדערט די רעוואלוציע און צדקה אלס בדרך כבוד, אין ווארעם אנגעוואונטשן די עסקנים, אויך זענען אריבערגעקומען די חשובע רבנים פון שטאט הגאון רבי נתן קופשיץ רב פון די נחלה ומנוחה געגענט אין הגה"צ רבי יהושע ראזנבערגער גאב"ד קרית הרמ"א וועם די עסקנים האבן צוגעוויזן די סחורה די חלות, פיש, אין טייערע בהמה פלייש, מיני מתיקה - פאר די יתומים'לעך, אין ווערט פון טויזענטער שקלים, אלס כדי די אלמנות זאלן קענען מאכן שבת אין שטוב. הגאון רבי נתן קופשיץ האט שטארק משבח געוועהן דעם וואוילטעטיגע מפעל החסד אין נאכגעזאגט פונעם בריסקער רב אז א שטאט וואו עס איז נישט פארהאן קיין הונגעריגע אלמנה אדער יתום, איז דאס די גרעסטע אפהאלט פארן מלאך המוות אין די ריכטיגע שמירה פארן שטאט.





































Commentaires


bottom of page