top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בֶּן שְׁמֹנַת יָמִים • שמחת הברית בחצרות סערט וויזניץ - וויזניץ - טשאקאווא – ליעזש

  • Bechatzros admin
  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' בהעלתך • י''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


אין רמת וויזניץ חיפה איז פאריגע וואך פארגעקומען די שיינע רבישע שמחה, די ברית מילה פונעם רך הנולד איר אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מסערט וויזניץ און וויזניץ שליט"א, אייניקל ביי הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א, בן הנולד ביי זיין זוהן הרב חיים מאיר האגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ אב"ד עבודת הלב ליעזש שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול סערט וויזניץ אין שפיץ פון די עלטער זיידעס האדמורי"ם שליט"א.


די אדמורי"ם שליט"א זענען ערשינען צום שמחת הברית מילה ווערנדיג ענטפאנגען בשירה ובזמרה, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בנו יחידו פון האדמו"ר מוויזניץ האט געדינט אלס קוואטער, מיט כסא של אליהו איז מכובד געווארן די זיידע אב"ד עבודת הלב ליעזש שליט"א, און מיט מהכסא די זיידע הרה"צ רבי ברוך האגער שליט"א. כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"אאיז מכובד געווארן מיט סנדקאות, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיט די ברכות, און כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א מיט עמידה לברכות, ויקרא שמו בישראל 'ישראל אליעזר' נאכן זיידן דער בעל הילולא דער הייליגער אהבת ישראל מוויזניץ זי''ע, און נאכן זיידן כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויזניץ זצוק"ל, נאכן ברית האט מען געזינגען ניגוני שמחה און די רבי'ס האבן זיך געוואונטשן מזל טוב.


עס האט נאכגעפאלגט מיט די סעודת הברית מילה אינעם היכל הטישן אין שפיץ פון די אדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן זיך געוואשן צום סעודה און געוואונטשן לחיים, די זיידע האדמו"ר מסערט וויזניץ האט געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור און מען האט געזינגען יום ליבשה, מיטן בענטשן און די הרחמן'ס האט מען מכבד געוועהן די קינדער פון אב"ד עבודת הלב ליעזש.


אויפדערנאכט - ליל הברית איז פארגעקומען די שמחת הקריאת שמע ליינען און דער וואך נאכט בצל הקודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס האט ביי די דברות קודש מרחיב געווען מיט סיפורים ועובדות אויף די בעל ההילולא, און ארומגערעט מיט דברי הערכה פונעם זיידן די חכמת אליעזר, מיט רגשי הכרת הטוב אויף די געוואלדיגע חיזוק און אהבה וואס ער האט איהם געשאנקען דורכאויס אלע יאהרן.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

Comments


bottom of page