top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרן פוסק הדור הגר"מ שטרנבוך: נישט אריינגיין אין פאניק, נאר מיט אמונה, יעדער באמבע האט זיין אדרעס | ווידיאו

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שלח • כ''ב סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

שטארקע דברי חיזוק לאור המצב, דברים כדרבונות זענען געהערט געווארן דורכן פוסק הדור מרן הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, נאכן וועכענטליכן 'שיעור כללי' בהיכל ישיבתו. דער פוסק הדור האט צווישן אנדערע מעורר געווען די תלמידים, איבער די חיוב פון תשובה ותיקון המעשים שטייענדיג אין א צייט ווען מדינת ישראל איז אין סאמע ברען פון קריג מיט איראן. 


אין די זעלבע צייט, האט דער גאון בארואיגט די תלמידים זאגענדיג אז מ'דארף נישט אריינפאלן אין א פאניק, ווייל יעדע באמבע האט זיין באשטימטער אדרעס.


דער פוסק הדור האט געזאגט, מיר געפונען זיך אין אן עת צרה, די אראבער שיקן באמבעס און ראקעטן וואס קאסט ליידער אידישע קרבנות. יעדער פארשטייט אז דאס איז נישט קיין צופאל, נאר דער באשעפער שרייט 'קול דודי דופק פתחי לי אחותי רעיתי' און אונזער חיוב איז מפשפש צו זיין במעשים און מרבה זיין בתפלה ותחנונים ביים בורא כל העולמים.


אבער פון די אנדערע זייט, טאר מען נישט אריינפאלן אין א פחד און א פאניק, נאר א יוד דארף לעבן מיט אמונה און בטחון.


דער גאון האט דערציילט אז ביים צווייטן וועלט קריג, ווען די דייטשן ימ"ש האבן געשאסן באמבעס קיין לאנדאן, האט זיין ראש ישיבה הגאון רבי משה שניידער זצ"ל געזאגט פאר די בחורים: "יעדע באמבע האט זיין אדרעס", און מיר גלייבן באמונה שלימה אז קיין שום ראקעט פאלט נישט פון זיך אליין, נאר דער אויבערשטער שיקט עס דירעקט אהין.


דער גאון האט ערווענט, אז מען דארף נישט מורא האבן, נאר געדענקן אז מיר זענען אנגעוואנדן אין דעם אויבערשטן אליין, ווי די פסוק זאגט, קל ישועתי אבטח ולא אפחד, און דאס איז די יסוד היסודות צו וויסן אז אין מקרה בעולם כלל, און עס איז נישט דא קיין שום כח אן דעם אויבערשטן.


דער פוסק הדור האט פארענדיגט זיינע דיבורים מיט א ספעציעלע בקשה צו די תלמידים, אויסצונוצן די צייט אויף לימוד התורה, און וויסן און געדענקן אז דער באשעפער איז דער משגיח אויף אונז בכל רגע ובכל זמן, און נזהר זיין פון ביטול תורה.

Comments


bottom of page