בחורי תולדות אהרן גרייטן זיך צום יו"ט פסח מיט דברי הכנה והתעוררות איבערגעגעבן דורך האד' מזוטשקא
- 22 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 22 במרץ
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

די וואך מאנטאג, איז כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א ערשינען אין בית המדרש הגדול תולדות אהרן אין מאה שערים, וואו דער רבי האט געהאלטן א יסודות'דיגע שמועס כהכנה דרבה לקראת חג הפסח הבעל"ט.
די שיחות קודש איז געזאגט געווארן פאר די הונדערטער תלמידי הישיבות תולדות אהרן, וועלכע זענען ממשיך די סדרי הלימודים אין היכל בית המדרש הגדול אין ירושלים אין ליכט פון די מלחמה אומשטענדן. דער רבי שליט"א האט ארומגערעדט איבער מאכן די הכנה צו מקבל זיין דעם אור המועד דורך עמל התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו מחזק זיין אין לימוד התורה אלס הכנה צום הייליגן יום טוב.














תגובות