לעלות ולראות: פילע אדמור"ים ורבנים מתפלל געווען ביים כותל המערבי אלס השלמה צום יו"ט שבועות
- לפני 6 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהודה ווייס
צווישן די רבבות אלפי ישראל וואס האבן עולה רגל געווען צום שריד בית מקדשינו אין די יעצטיגער טעג ארום יום טוב שבועות האבן זיך אנגעזעהן מערערע גדולי ישראל, אדמור"ים, רבנים וראשי הישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, צווישן זיי איז געווען האדמור"ים מקראלין סטאלין, סלאנים, וויזניץ ירושלים, ערלוי, זוועהיל, סקולען ירושלים, קאפיטשיץ, לעלוב בארא פארק, סאדיגורא ירושלים, דער ינוקא הגאון האדיר רבי שלמה יהודה שליט"א און נאך פיל.
היי יאר יום טוב שבועות איז געווארן געבראכן א רעקארד פון די צאל מתפללים ביים כותל המערבי, ווען דורכאויס די מעת לעת פון יו"ט האבן איבער 100,000 אידן זיך דורכגעדרייט ביים שריד בית מקדשינו.
אויף וועג צום כותל און צוריק, ביי שער יפו, איז געווען צוגעשטעלט טעימה קלה און קידוש פאר די עולי רגל צו קענען זיך דערכאפן דאס הארץ, אין די שווערע היצן.


























































