ובכן צדיקים: גרויסן עולם ביי שמחת החתונה פון הכלה קינד פון האד' מספינקא
- 8 ביוני
- זמן קריאה 3 דקות
מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי,JDN
די שיינע רבישע שמחה בחצר הקודש ספינקא האט איבערגעלאזט א טיפן רושם ביי די הונדערטער חסידים און מעריצים וואס האבן מיטגעלעבט די געהויבענע מאמענטן ווען כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון 18 האט אונטערגעפירט זיין יונגסטן קינד הכלה תחי' אונטער די חופה, מיט'ן חתן א זון פון הגה"צ ר' יוסף משה מייזליש שליט"א אבד"ק לאסק, זון פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ גאב"ד קראסנא זצ"ל.
נאכמיטאג ביום החופה איז דער רבי ערשינען בבית מדרשו צו תפילת מנחה ברוב עם מיט א גרויסע עדה חסידים און געסט פון ארץ ישראל וועלכע זענען אריבער שלום נעמען און איבערגעבן קוויטלעך וואס דער רבי האט געליינט אין דעם געהויבענעם עת רצון פארן ארויסגיין צו די חופה.
ביים ערשיינען צום קבלת פנים אין עטרת חינקא זאל אין בארא פארק, האט דער רבי שליט"א מקבל פנים געווען אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון ארה"ק, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן זיך מיטצופרייען ביי די שמחה. אינצווישן די ווארעמע ניגונים האט דער רבי פארגעזינגען דעם "היה עם פיפיות" בנוסח ספינקא פון די ימים נוראים, כנהוג.
ביים מעמד החופה, וואס איז אפגעראכטן געווארן תחת כיפת השמים פארנט פונעם זאל, איז דער רבי שליט"א געווען מסדר קידושין. מיט'ן ליינען די כתובה איז נתכבד געווארן הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די חשובע קרובים: כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון ארה"ק, דער מחותן כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק שליט"א, דער פעטער הגה"צ אב"ד סיגעיט שליט"א, דער פעטער הגה"צ אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט''א, און דער פעטער הגה"צ אב"ד קראסנא שליט"א. מיט די ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער געהויבענער פעטער כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ארץ ישראל לכבוד די שמחה.
נאכ'ן חופה איז דער עולם אריבער א לענגערע צייט וואונטשן מזל טוב, און דאן איז דער רבי ארויס מיט זיין ברודער דער ספינקא רבי פון ארה"ק צום פארקינג לאט פונעם זאל זיך וואונטשן מזל טוב מיט אחיהם הגדול דער ספינקא רבי שליט"א לרפואה שלימה וועלכע האט מיטגעהאלטן די חופה פונעם קאר.
דורכאויס די סעודת החתונה איז דער רבי שליט"א אראפ אין צענטער פון זאל און געטאנצן מיט אן אש קודש און גרויס התלהבות. טראץ וואס דער רבי האט געליטן א שוואכקייט אין די לעצטע וואך, איז ער געטאנצן א לענגערע וויילע למעלה מכוחותיו, באזונדער מיט די משפחת המלוכה, מיט אחיו האדמו"ר מספינקא פון ארה"ק, די פלאמעניקעס האדמורי"ם מספינקא רמת אהרן, ספינקא גני גד און ספינקא בית שמש, און מיט'ן פעטער האדמו"ר מדושינסקיא.
בראש המסובים האבן זיך אנגעזעהן צענדליגע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם מבאבוב 45, סקולען מאנסי, תולדות צבי ספינקא, קראלי, טבא שמואל ספינקא, קאסאן, אמונת ישראל, פאפא בארא פארק, אונגוואר, ראפשיץ, סטרעטין, הרבנים אבד"ק באבוב 45, דאמבראווא, טארטיקוב, נייטרא, לייפניק, ווענגרוב, לימינוב, אולם, ברענזא, ציצעישנוב, סאטמאר ב"פ, קשאנוב, וויעליאפאלי, און נאך צענדליגע רבנים דיינים און בנן של קדושים.
מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר מקאלאמייע שליט"א, און מיט די שבע ברכות כ"ק אדמו"ר מבריזדאוויץ שליט"א, הגה"צ אב"ד תפארת אליעזר שליט"א און נאך קרובי המשפחה.
דערנאך האט מען צוגעטרעטן צום געהויבענעם מעמד המצווה טאנץ. נאך די ריקודין פון די חשובע פעטערס משני הצדדים האט בדחנא דמלכא ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי חרוזין. דער רבי שליט"א האט פארגעזינגען דעם ניגון "פרוק ית ענך" און אפגעראכטן די הייליגע ריקודין לפני בתו הכלה מיט אן אומבאשרייבליכע התרגשות שטייענדיג ביי די חתונה פונעם יונגסטן קינד.
דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט זיינע שוואגערס און א פייערליכע רינג מיט אלע געסט וואס זענען געקומען פון ארץ ישראל. צום סוף איז אויפגערופן געווארן דער אבי החתן הגה"צ אבד"ק לאסק שליט"א, וועלכער האט בסיום החתונה פארגעזינגען "אין כאלוקינו" כמנהג צאנז, און דערמיט איז די שמחה געשלאסן געווארן קרוב לעלות השחר אין א געהויבענע שטימונג.









































תגובות