top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע פראכטפולע בנין הכנסת אורחים אין אלכסדר - פוילין פייערליך נתחנך געווארן צום הילולא פונעם ישמח ישראל

מאנטאג פ' בא • ה' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט געפילן פון התרגשות און געגועים איז פארלאפענע וואך אפגעראכטן געווארן די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן ישמח ישראל פון אלכסנדר, בשילוב מיט די היסטארישע מעמד חנוכת הבית פאר די נייע פראכטפולע בנין הכנסת אורחים, סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים פונעם בעל ההילולא אין שטאט אלכסנדר אין פוילין, לשמחת לב אלפי פוקדי הקודש, די טויזענטער אידן וואס זענען פוקד דעם ציון הק' דורכאויס די גאנצע יאר, איבערהויפט ביומא דהילולא קדישא.


די געהויבענע שעות פון התרוממות הנפש ויראה עילאה, איז געפראוועט געווארן בצל הקודש פונעם נשיא ומייסד הכנסת אורחים, כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקע צו באשיינען די גייסטרייכע מעמד חנוכת הבית, און מעתיר זיין ביים ציון הק' ביומא דהילולא פאר די חשובע תומכים ונדיבים, בונים ומקימים פון די נייע בנין ישיבה על קברו.


דינסטאג אויפדערנאכט ליל הילולא קדישא כ"ט טבת, איז דער אלכסנדר רבי שליט"א אנגעקומען קיין פוילין צום שטאט אלכסנדר, און צוערשט געדאווענט מעריב פארן עמוד לרגל די הילולא קדישא, דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה וואס איז געווען צוגעגרייט כיד המלך לכבוד די יארצייט, קאמבאנירט מיט די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע פראכטפולע בנין הכנסת אורחים.


די מעמד איז פארגעקומען אין א גרויסע שאטער הארט נעבן די בנין הכנסת אורחים, וואס איז געווארן אויפגעשטעלט לכבוד די יארצייט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור הנאספים. דער רבי איז ערשינען צום מעמד און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטן, צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן שהגיענו עד הלום, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרב משה בערגמאן, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות ביים גאנצן ציבור ווען מען טוט ענדליך באנייען די הערליכע בנין הכנסת אורחים.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרב גור ארי' דער רב פון שטאט קראקא, וועלכער האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו ווען נאך א שטאט אין פוילין איז לובש צורה חדשה, מיטן אוועקשטעלן א נייע בית מקדש מעט וואו אידישע קינדער וועלן קענען קומען און הנאה האבן ברוחניות ובגשמיות.


דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און דערנאך האט הרב יחזקאל זינגער פון די חשובע עסקנים אין אלכסנדר אויסגערופן און באעהרט די געטרייע ארבייטער וואס האבן געארבעט העפטיג אהערצושטעלן דעם בנין לשם ולתפארת.


נאכן בענטשן האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערליכע ריקודין, און דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הכנה איידער די עלי' לציון, וואו הרה"ג ר' יחיאל מנחם זינגער בן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א האט פארגעלערנט די ספר הק' ישמח ישראל און מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים.


כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון די הונדערטער חסידים, און אויסגעזאגט ספר תהלים בהתעוררות רב באשמורת הבוקר. אינדערפרי נאך שחרית איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין, וואו דער רבי האט מכבד געווען די חשובע נדבנים צו קובע זיין מזוזות, שפעטער דורכאויס די טאג האט דער רבי פוקד געווען די אנדערע ציונים הק' אין שטאט אלכסנדר, און די מקומות הקדושים אין די שטעט ווארשא, ווארקא, אמשינוב, און לעלוב.



































Comments


bottom of page