top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טאטע'לע קום שוין אהיים: רירנדע מאמענטן ביים ניחום אבלים אין ספינקא | ווידיאו

מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


קיין אויג איז נישט געבליבן טרוקן ביים ניחום אבלים נעכטן בחצר הקודש ספינקא, ווען דאס קליין יתומ'ל האט זיך צעזינגען דעם באקאנטן ניגון 'טאטעלע קום שוין אהיים'.


נעכטן נאכמיטאג איז המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א על פטירת בתו מרת דייטש ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן אין א בליענדן עלטער איבערלאזענדיג נאך זיך א שטוב מיט קליינע יתומים. וואוסענדיג אז דער משגיח שליט"א איז דער מלחין פון דעם באקאנטן ניגון 'טאטעלע קום שוין אהיים' און זינגט עס ברבים אין פארשידענע זמנים, האט דאס קינד געבעטן אז ער וויל זינגען דעם ניגון און מהנה זיין דעם משגיח. דער ספינקא רבי שליט"א האט געבעטן רשות, און דער משגיח האט צוגעשטימט. דאס קינד האט זיך צעזינגען דעם ניגון מיט זיין זיסע שטימע, 'טאטעלע קום שוין אהיים', וועלכע האט ווי פארשטענדליך צוגערירט די סטרינעס פון יעדנס הארץ און האט נישט איבערגעלאזט קיין טרוקן אויג ביי די אנוועזנדע.


דער משגיח האט אויסגעבראכן אין א געוויין און האט דערנאך שטארק מחזק געווען דעם רבי'ן שליט"א, די צובראכענע מאן און די קליינע יתומים.

Kommentare


bottom of page