top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאלעסק ארה"ק וועט זיך אריבערציען צום שטאט בית שמש; פתיחת שערי הביהמ"ד דעם שב"ק

פרייטאג פ' כי תבוא - ט"ו אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


מיט גרויס שמחה און פרייד וועט דעם שב"ק געעפענט ווערן א נייע בית מקדש מעט אינעם נייעם חרדישן יישוב רמה ד' אין הארץ פונעם עיר התורה והחסידות בית שמש, ביהמ"ד דקהל 'לב שמח' אלעסק תחת נשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א פון ארץ הקודש, לשמחת לב חסידיו, מעריציו ותושבי השכונה.


די אלעסקער רבי שליט"א איז א זוהן פון כ"ק אדמו"ר רבי יצחק אשכנזי מאלעסק זצ"ל און א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, די רבי שליט"א וועלכע וואוינט אין בני ברק דינט אלס רב ביהמ"ד דחסידי קרעטשניף ירושלים אין בני ברק. פארלאפענעם יאהר ווינטער תשפ"ב נאך די הסתלקות פון זיין פאטער איז ער אויפגענימען געווארן אלס ממשיך דרכו בקודש באדמורו"ת אלעסק בארצינו הקדושה.


אצינד ווען די רבי שליט''א גרייט זיך קובע מקום צו זיין אינעם שטאט בית שמש איז אין די טעג איינגערישט געווארן א שפאגל נייע ביהמ''ד אין א מקום רחבת ידים אויף רח' רבי חנינא אין די רמה ד' געגענט וואו די רבי שליט''א וועט אנפירן זיין שיינעם הויף בדרך אבותיו הקדושים.


דעם שבת וועט די רבי שליט''א וויילן אין שטאט אין אפרעכטן די תפילות אין טישן אינעם נייעם ביהמ''ד, אין שבת צופרי נאכן דאווענען וועט פארקומען א קידושא רבא לרגל די פתיחת שערי הביהמ''ד.


מחיל אל חיל, גרייט מען זיך אין די טעג אהערצושטעלן א מקווה טהרה אויפן אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ"ד,מיטן האפענונג עס זאל קענען אריינגיין אין באנוץ וואס פריער. דאס ביהמ''ד אנטשפרעכט צו זיין א פינת יקרת לשם ולתפארת פאר אלע תושבי השכונה און ארום, וגדול יהיה כבוד הבית הזה.


Comments


bottom of page