אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִיק • שיינע רבישע חתונה בחצר הקודש סקאליע
- לפני 40 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום,JDN
אין שטאט בארא פארק איז פאריגן ליל שישי אפגעראכטן געווארן די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הרב יעקב יצחק לייפער שליט"א, זון פון הרה"צ ר' נחמן לייפער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי זאב עהרנרייך שליט"א אבד"ק שימלויא, מיט די כלה א טאכטער פון הרב חיים יואל האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמחה בונם פישער שליט"א ממאטערסדארף, די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת גאלדא אין בארא פארק, וואו פילע חסידים ומעריצים האבן זיך משמח געווען ביי די שיינע רבישע חתונה.











