top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לספוד לצרה ולבכותה • עצרת הספד והתעוררות ככלות השבעה להסתלקותו פון האד' מקאסוב זצוק"ל

דינסטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: ארי פריינד

 

הונדערטער חסידי קאסוב און תושבי בארא פארק האבן נעכטן אויפדערנאכט איבערגעפילט דעם גרויסן היכל ביהמ"ד החדש דחסידי קאסוב אין בארא פארק ביים עצרת חיזוק והתעוררות ככלות השבעה צו די הסתלקות פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצ"ל. אויפן אויבן אן האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם והרבנים שליט"א קינדער און איידימער פונעם רבי'ן זצ"ל און נאך פילע רבנים וחשובי העדה, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מסערדעהלי שליט"א.


אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטראטן כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א מיט דברי התעוררות וחיזוק נאך די שווערע פארלוסט און ארויסגעברענגט די התרגשות ווען מען זעהט די שיינע המשכה ווייטער, די רבי האט באטאנט דער צו השעה מחזק צו זיין דעם בית צדיקים יעמוד, שטיין צו די רעכטע האנט פון די זרע ברך ה', און צוהעלפן די אנדערע קינדער פון רבי'ן ז"ל אין זייערע בתי מדרשים בכל מקומות שהם, בסיום דבריו האט די רבי דערציילט א מעשה וואס ער האט בייגעוואוינט באחרית ימיו פונעם זיידן די אמרי חיים ווען מען האט אמאל געזינגען א ניגון אויף די ווערטער 'בנה ביתך כבתחילה' אויף וואס די אמרי חיים האט זיך אנגערופן אז קאסובער חסידים פלעגן זיך שטארק פארדביקותן ביים זינגען דעם קאסובער ניגון,  די וויזניצער רבי האט אויסגעפירט אז יעצט אין אזא זמן איז פאסיג צו זינגען דעם ניגון מיטן האפענונג צו זעהן דעם 'בית בבנינו' און די ציבור האט געזינגען דעם ניגון מיט גרויס התרגשות.


דאן האט מען געהערט א לענגערע דרשה קרוב צו א שעה צייט מפום ממלל רברבן בנו חביבו וממלא מקומו פונעם רבי'ן ז"ל, כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכער האט ארויסגעברענגט די טיפע צער און חלל וואס שפירט זיך ביי יעדן אין הארץ, און באטאנט אז רעדן פון טאטן קען מען א גאנצן טאג, אבער ער וועט זיך נאר שטעלן אויף געוויסע נקודות אין וואס ער האט זיך אויסגעצייכנט, ווי זיין אהבת התורה, און זיין צער אויפן גלות השכינה, אויך האט ער ארויסגעברענגט רצון קדשו פונעם טאטן אמבאלאנגט די עירוב אין שטאט בארא פארק וואס די רבי האט כל ימיו געשטופט און מחזק געוועהן. בסיום דבריו האט ער מעורר געווען די חסידים צו זעהן צו צולייגן א פלייצע פארן קרן בנין בית המדרש,  און 'חכם לב יקח מצוות' צו קענען דריקן די ספרים הקדושים וואס די רבי האט איבערגעלאזט.




コメント


bottom of page