top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: הגה"צ רבי ישראל יעקב יוקל הורוויץ זצ"ל אבד"ק זאלישא נפטר געווארן בשיבה טובה

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

מוצאי שב"ק פ' נצבים וילך • כ''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת - גלה כבוד מישראל: מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, שריד לדור הישן הגאון הצדיק רבי ישראל יעקב יוקל הלוי הורוויץ זכר צדיק לברכה, אבד"ק זאליזשא, מזקני וחשובי הרבנים אין עיר ואם בישראל בארא פארק, וועלכער איז דעם שבת קודש צופרי נסתלק געווארן לגנזי מרומים בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר.


דער רב זצ"ל איז געבוירן אין יאר תרצ"ו אין שטאט טעמעשוואר, ראמעניע, צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר הגה"צ רבי חיים שלמה מסטריזוב זצ"ל אבד"ק זאליזשא בעל דרכי נועם, זון פון הגה"צ רבי אלתר אליעזר מבייטש זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי אהרן מבייטש זי"ע, וואס איז געווען א זון פונעם הייליגן אמרי נועם פון דזיקוב זי"ע, און אן איידעם ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע בעל דברי חיים. און צו זיין מוטער די רעבעצין ע"ה טאכטער פון הגה"צ רבי רפאל גראס זצ"ל אבד"ק בערבעשט, וואס איז געווען אן איידעם ביי הגה"צ רבי ישראל יעקב יוקל טייטלבוים זצ"ל דער וואלאווע רב, נאך וועמען דער רב זצ"ל האט געהייסן. ער האט פארמאגט א הערליכע יחוס צו פילע גדולי וצדיקי עליון, צווישן זיי צדיקי בית איהעל, סיגעט, גארליץ, דינוב, מונקאטש, סאסוב, טאלטשאווא, און נאך.


בשנות הזעם האט ער אינאיינעם מיט זיין חשובע משפחה באוויזן צו אנטלויפן פון די ברענעדיגע אייראפע, און נאכן וואנדערן עטליכע יאר גולה אחר גולה, זענען זיי אין יאר תש"ח אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו איז ער אריין לערנען אין די נייטרא ישיבה ביי הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל ראש ישיבת נייטרא, און דערנאך אין ישיבת תורה ודעת ביי הגאון רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל, און אין בית מדרש עליון.


בהגיע לפרקו אין יאר תשכ"א האט ער חתונה געהאט מיט זיין אשת חבר די רעבעצין ע"ה, טאכטער פון הגה"צ רבי אברהם ברוך ראזענבערגער זצ"ל גאב"ד גמזו, זון פון הגה"ק רבי יקותיאל יהודה ראזענבערגער זצ"ל מדיערעש, און איידעם פון הרה"ק רבי נתן דוד האלאנדער זצ"ל מאמסנא. ביי זיין חתונה וואס איז פארגעקומען אין ניו יארק האט געדינט אלס מסדר קידושין הרה"ק מסאטמאר זי"ע, צו וועם דער רב ז"ל איז געווען אדוק ומקושר כל ימי חייו בכל נימי נפשו און געהאט די זכי' אסאך זיך מסתופף צו זיין בצילו.


נאכן חתונה האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק, וואו ער איז געשטאנען לימין אביו הגדול דער סטריזובער רבי זצ"ל וואס האט דאן אנגעפירט זיין ביהמ"ד אויף די צענטער עוועניו. זינט די הסתלקות פון זיין פאטער בשנת תשכ"ט האט ער משמש געווען ברבנות דארט אין ביהמ"ד, א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן באלד זעכציג יאר נאכאנאנד אינאיינעם מיט זיינע עלטערע ברידערס כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און להבדיל בין חיים לחיים כ"ק אדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, די דריי ברידער האבן על פי צוואתו פונעם פאטער אנגעפירט דאס ביהמ"ד מיט א געוואלדיגע אהבה ואחווה.


דער רב זצ"ל איז געווען ברייט באקאנט מיט זיין געוואלדיגע הארת פנים לכל דורש ומבקש, און זיין חיות אין עבודת השי"ת, דינענדיג דעם אויבערשטן בתורה ובעבודה ובגמילות חסדים אויף א העכערע פארנעם. ער איז געווען באקאנט אלס מעתיק שמועה פארמאגנדיג אן אוצר בלום בטעם זקנים, וואס ער האט דולה ומשקה געווען מאבותיו ורבותיו הקדושים.


פארגאנגענע וואך איז דער רב זצ"ל אפגעפירט געווארן צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס, און היינט בצפרא דשבתא איז ער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא.


דער רב זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור, בנין וחתנין רבנן תלמידי חכמים ומנהיגי קהילות קדושות בישראל, זיינע צוויי זין: הגה"צ רבי זלמן לייב הורוויץ שליט"א דומ"ץ מכון להוראה אין מאנסי, איידעם פון הגה"צ רבי ישראל דאכנער שליט"א אב"ד בערמעהט; און הגה"צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א אבד"ק קדושת יום טוב סאטמאר בארא פארק, איידעם ביי הגה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ.


זיינע חשובע איידימער: הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אבד"ק ברעזאן, זון פון הגה"צ אב"ד אולם שליט"א; הגה"צ רבי מאיר יחזקאל לעמבערגער שליט"א אבד"ק מאקאווא בארא פארק; הרה"צ רבי העניך באב"ד שליט"א, זון פון הגה"צ רבי חיים יהושע באב"ד שליט"א מטארטיקוב; הרה"צ רבי יואל שפיטץ שליט"א, בן הרה"צ רבי שמואל שלמה שליט"א מביסטריץ; און הרה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קלאסנא שליט"א. אויסער דעם לאזט ער איבער זיין עלטערן ברודער להבדיל בין חיים לחיים כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א.


אין לויף פון די יארן האט דער רב זצ"ל זוכה געווען זיך משדך צו זיין מיט פילע גדולי האדמורי"ם והרבנים, צווישן זיי האחים האדמורי"ם מסאטמאר, האדמורי"ם מסקווירא, וויזניץ מאנסי, באבוב 45, תולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, וויזניץ, פאפא, ראחמיסטריווקא, וויזניץ וויליאמסבורג, טאהש, דינוב, קאלוב, ספינקא, קראלי, און נאך פיל.

תגובות


bottom of page