שעות פון שמחה, דביקות און כיסופין ביים טיש לכבוד ט"ו באב בחצר תורת חכם אין ירושלים
- 3 באוג׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
בחצר הקודש תורת חכם איז פארלאפענעם וואך אין דעם גרויסן טאג פון ט"ו באב ווירקליך מקוים געווארן דער מאמר חז"ל "לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב", ווען עס איז געפראוועט געווארן דעם געהויבענעם טיש לכבוד היום אין א בחינה פון לילה כיום יאיר בצילו פון כ"ק הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א אדמו"ר מתורת חכם.
ליל חמשה עשר באב נאך תפילת מנחה ביים זמן רבינו תם, האט דער רבי איבערגעבן די טעגליכע שיעורים בעיון רב אין גמרא און חסידות פאר צוויי שעה, אנדערש ווי יעדן טאג ווען די שיעורים קומען פאר אין די פריע פארטאגס שעה'ן.
כחצות הלילה נאך א דערהויבענער תפילת מעריב איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש און זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום בשירה וזמרה ובתופים ובמחולות, ווען הונדערטער חסידים ואנשי מעשה באלאגערן דעם בית המדרש במשך אלע שעה'ן פון דער נאכט.
במשך דעם טיש האט דער רבי משמיע געווען טיפזיניגע רמזי סוד און קבלה בקדושת היום, און מסביר געווען די מאמרי הגמרא איבער די גרויסע מעלות פון ט"ו באב עפ"י פנימיות התורה און די רזין דרזין וואס איז מרמז דעם טאג. רעדנדיג בעניני גלות וגאולה האט זיך דער רבי עטליכע מאל צעוויינט מיט הייסע טרערן מלא כיסופין און געגועין.
דורכאויס דעם טיש האט דער רבי זיך עטליכע מאל אויפגעשטעלט אויף גאר פייערדיגע ריקודין בשמחה יתירה לכבוד היום, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן עולם אין אן עקסטאז ביז'ן עלות השחר.













תגובות