זונטאג פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א היינט אפגעפליגן צום עיר מלוכה וויען אין עסטרייך אויף א קארצע באזוך אינעיינעם מיט א געקליבענע צאל חסידים פוקד צו זיין די ציון הק' פון הרה"ק רבי ישראל מטשארטקוב זי"ע לרגל די הילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן היינט י"ג כסליו ומנוחת כבודו אויפן בית החיים אין שטאט וויען.
נאכמיטאג האט די רבי געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין פרעשבורג און איז צוגעפארן צום בנין הכנסת אורחים סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם רבן ומאורן של ישראל די הייליגע חתם סופר זי"ע ווי מען האט געדאוונט מנחה, דערנאך האט מען מתפלל געווען ביים ציון הק' פון מרנא ורבנא די חתם סופר זי"ע, ווי די רבי האט געהייסן זאגן די פרקי תהילים וואס איז נקבע געווארן דורך גדולי ישראל מתפלל זיין לישועת אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ושביה, נאך די יהי רצון און שלוש עשרה מידות האט די רבי געליינט די קוויטלעך, און דערנאך האט מען מתפלל געווען ביים ציון הק' פונעם הייליגן כתב סופר אויפן ביה"ח אין פרעשבורג. נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד עליה לציון פונעם הייליגן טשארטקובער רבי זי"ע אין שטאט וויען אינאיינעם מיט א שיינעם ציבור תושבי העיר, די רבי האט געצינדן די ליכט און געזאגט מזמורי תהילים י"ג מידות און קל מלא רחמים און געליינט קוויטלעך. דערנאך האט די רבי מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית רוזין וואס ליגן באערדיגט אויפן בית החיים. שפעטער נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען צום שטוב פון הנגיד החסיד ר' מרדכי פארהאנד ווי די רבי שליט"א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די הילולא קדישא, און צו דעם געלעגנהייט האט זיך דער נדיב ר' מרדכי אנגערופן מיט א סכום הגון לטובת די קרן הבנין פון די נייע ביהמ"ד הגדול והחדש סאדיגורה לאנדאן, אויפדערנאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט למעונו אין לאנדאן.
Comments