top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְכָל קַרְנֵי רְשָׁעִים אֲגַדֵּעַ • האד' מצאנז זוועהיל אויסגעלאזט תחנון נאך איראן'ס פרעזידענט טויט

מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אינטרעסאנטע אנעקדאט האט זיך היינט אפגעשפילט אין די צאנז זוועהילער ישיבה "אהל שלמה" וואו כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א האט ווי זיין שטייגער געדאווענט שחרית מיט די תלמידי הישיבה, ווען די רבי האט נאך שמונה עשרה - צו יעדנס וואונדער געהייסן אויסלאזן תחנון, שלא כהרגלו וואס די רבי איז מקפיד צו זאגן תחנון יעדן טאג בלי יוצא מן הכלל.


נאכן דאווענען האט זיך די רבי אויסגעדרייט צו די תלמידים און באטאנט די סיבה פארוואס מען האט היינט נישט געזאגט קיין תחנון, אין א בחינה פון "באבוד רשעים רנה", נאכן הערן די בשורה איבער די טויט פונעם איראנער פרעזידענט וואס האט אנגעמאכט אזויפיל צרות פאר אידן אין איז נעכטן אפגעשטארבן מיט א מיתה משונה. די רבי האט ערווענט וואס עס שטייט פון פריערדיגע אז ווען דער באשעפער שטראפט די אומות העולם, הייבט ער אן מיט זייערע שרים, און אויסגעפירט אז מען זעהט עין בעין וואו עס ווערט מקוים דעם נקום נקמת דם עבדיך לעינינו.

1 Comment


Guest
May 21

הולך בדרכי חותנו להתערב בין העמי"ם!

Like
bottom of page