top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חלק א' • חוה"מ סוכות תשפ"ה

מאנטאג ב' דחוה"מ סוכות • י"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצילה נא, בדרך התורה נלך באש ובמים, כי לא ינוח שבט הרשע על גורל התורה בארה"ק:

אן דארפן צופיל זוכן און סעלעקטירן איז אן א צווייפל די הויפט געשעעניש פון יאר תשפ"ד די ביטערע "גזירת הגיוס" וואס באדראעט אחב"י תושבי ארץ הקודש, ווען די ממשלת השמד פון די ציוניסטי'שע מדינה האט אויפגעהויבן א האק און דערקלערט מלחמה אויף די תורה הקדושה ולומדיה, און ארויס מיט א רשעות'דיגע געפארפולע גזירה איומה אז אלע שווערע טויזנטער בחורים און יונגעלייט אין ארץ ישראל מוזן גיין דינען אינעם טמא'נעם צה"ל רח"ל, היה לא תהיה.


שנת תשפ"ד ווערט פארצייכנט מיט בלוטיגע אותיות אין די אידישע היסטאריע אלס שנת שמד, א יאר ווען רשעי עמינו האבן זיך ליידער פארמאסטן צו עוקר זיין די תורה הקדושה, און צוגלייך אן אומפארגלייכבארע שנת קידוש ה', א שנת איחוד הלבבות, א שנת כל ישראל ערבים זה לזה, ווען כל איש ישראל מסוף העולם ועד סופו, און לאזט קיינעם נישט אויס, איז מקושר ומאוחד פאר ביטול רוע הגזירה, ממש יעדע שיכט און קרייז פונעם יהדות החרדית, אלע אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות מכל שבטי ישראל האבן זיך מאחד געווען ווי קיינמאל בעפאר מרעיש צו זיין תבל ומלואה קעגן די פינסטערע גזירה.


מ'האט זיך געריבן די אויגן און געטאפט די הערצער, עס האט אויסגעזען ווי א חלום, אבער ס'איז א מציאות, כלל ישראל צייגט די שענסטע קאלירן פון כולנו בני איש אחד נחנו, יעדער לייגט די מיינונגס פארשידנהייטן אין א זייט, און אלע זענען דא מיט איין איינציגע מטרה לקדש שם שמים בעולמו, און מיט א ברידערליכקייט ארויסגעוויזן סאלידאריטעט מיט אונזערע געפלאגטע אידישע ברידער דיירי ארה"ק.




די גזירת הגיוס האט זיך אנגעהויבן חודש אדר ב', אין די טעג ארום יו"ט פורים, נהפך לאבל מחולינו, ווען דאס העכסטע געריכט אין מדינת ישראל האט ארויסגעשטעלט א טונקעלע אורטייל וואס טוט מבטל זיין דעם ביז היינט חק הגיוס, און פון יעצט און ווייטער מוזן אלע צענדליגער טויזנטער לומדי תורה אין ארץ ישראל גיין דינען אינעם טמא'נעם צה"ל, און אלס רעזולטאט האקט זי אפ אלע געלטער פאר די ישיבות און כוללים.


הבערה ללהב יצאת, אלע גדולי הדור זענען ספאנטאן ארויס אין א מלחמת חרמה, ובאש קודש אויסגערופן א קול זעקה ומחאה, לאזנדיג הערן גאר שארפע דיבורים קעגן די עוקרי הדת וגוזרי גזירות רעות, און צוגלייך גערופן אלע לומדי תורה צו שטיין פעלזן פעסט און זיך נישט לאזן פאלן, און חס וחלילה זיך נישט ברעכן און גיין דינעם אינעם מקום נחש ועקרב, דער טמא'נער מיליטער.


אין די ליטווישע וועלט האבן זיך ארויסגעשטעלט בעוז וגבורה די גדולי מנהיגי עולם התורה, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקא, און צוגלייך האבן זיך ארויסגעשטעלט פילע אדמורי"ם וגדולי ישראל בארץ ובגולה, מיט שארפע דברי מחאה.


ממחשבה למעשה איז תיכף פארגעקומען געמיינזאמע כינוסים פון די ראשי ישיבה און גדולי ישראל דן צו זיין איבער די דרכי המלחמה און פארשטעלן דעם דעת תורה הצרופה איבער'ן אומבויגזאמן קאמף וואס דאס יהדות החרדית גייט ארויס קעגן די צינויסטישע ממשלת השמד, לא ננוח ולא נשקוט, ביז די גזירה וועט גענצליך בטל ווערן.


אין די זעלבע צייט איז געלאזט געווארן אין גאנג א רונדע פון עצרות מחאות אין פלטרין של מלך ירושלים עיה"ק, צוערשט איז פארגעקומען א גרויסארטיגע מחאה דורך די ליטווישע בני תורה קרייזן, אויסצושרייען דעם הילכיגן  וויי געשריי, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי אשר דויטש שליט"א פון די מנהיגי פלג הירושלמי.


דערויף איז פארגעקומען א מחאה אדירה פאררופן דורך עדה החרדית, מיט'ן געמיינזאמען השתתפות פון  די ליטווישע און ספרד'ישע קרייזן, וועלכע האבן זיך צאמגענומען ברחובה של קרתא דשופריא מוחה צו זיין קעגן די ביטערע גזירה.


אויך אין חוץ לארץ האט זיך דאן אנגעהויבן וועבן העפטיגע פעולות אפצושרייען די גזירה, אנגעהויבן מיט'ן רוף דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביי די סעודת הילולא כ"ו ניסן אין קרית יואל, איבער'ן חובת השעה מייחד צו זיין א יום תפלה פאר'ן יהדות הגולה מתפלל צו זיין לביטול רוע הגזירה.


אן הויכפונקט אינעם אש המערכה איז געווען די היסטארישע מסעות גדולי התורה, דורך די גרעסטע מנהיגי עולם התורה און גדולי האדמורי"ם בארה"ק, וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט בטלטולא דגברא רבא צו אחב"י בתפוצות הגולה, אויפצושטעלן דעם "קרן עולם התורה" צו ראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק פון פינאנציעלע צוזאמענבראך.


צוערשט איז אפגעהאלטן געווארן די היסטארישע נסיעה קיין אמעריקע, מיט ריזיגע מעמדי קבלת פני רבותינו אין לעיקוואד, און א רונדע באנקעטן אין מאנהעטן, מאנסי, לעיקוואד און אין נאך חרד'ישע שטעט. שפעטער זענען די גדולי תורה ארויסגעפארן קיין ענגלאנד, דערנאך קיין סאוט אמעריקע, און גאנץ לעצטנס קיין פאריז, איבעראל איז געווען א קידוש שם שמים וואו אידישע קינדער געבן אפ דעם העכסטן מאס כבוד התורה און צייגן ארויס מסירת נפש'דיגע שטיצע צו ראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק.


בחצר הקודש בעלזא איז מוצאי יו"ט שבועות פארגעקומען א דראמאטישע הכרזה דורכ'ן משב"ק הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין, בנוכחתו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אז די עוקרי הדת האבן אויסגערופן א מלחמה קעגן די תורה הק' ולומדי', און דער רב רופט אלע חסידי בעלזא אנטיילצונעמען אינעם מלחמת קודש למען הצלת התורה. אין די זעלבע צייט האט דער רב געשיקט נכדו הרה"ג ר' שלום רוקח צו אדרעסירן א דרינגענדע כינוס הצלה פאר חסידי בעלזא אין אמעריקע, מייסד צו זיין א קרן הצלה אינערהאלב חצר הקודש בעלזא.


אזוי אויך איז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א נתייסד געווארן א קרן הצלת עולם התורה, אונטער א געמיינזאמע קריטישע מיסיע צו שענקען די מאקסימום שטיצע אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים.


אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ביים סעודת הילולא פון אביו הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע ט' תמוז פאררופן א גרויסע אסיפת הצלה פאר אלע נדיבים בעם, וואו ער האט גערינדעט דעם "קרן הצלה" וואו הונדערטער נדיבים בעם האבן בייגעשטייערט להצלת מוסדות צאנז.


שפעטער איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפת הרבנים מיט א קאלירפולע השתתפות פון מערערע גדולי אדמורי"ם ומנהיגי הקהילות, אין שפיץ פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואו מ'האט געגרינדעט דעם "קרן כלל ישראל" צו דינען אלס פינאנציעלע רוקן-ביין פאר אלע פעולות הצלה פון גיוס.


אין א באזונדערן פראנט במלחמת הקודש איז אריין אין שוואונג די רונדע שטורמישע מחאות פארנט פון די טרויעריג בארימטע לשכות הגיוס אין ירושלים טבריא און נאך, וואו טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען אין שפיץ פון גדולי ישראל אדמורי"ם ורבנים, צו מוחה זיין קעגן די מעשי רשע פון די גוזרי גזירת הגיוס און צו באשיצן די בחורים פון אריינפאלן אין די טמא'נע מיליטער.


עס איז ארויס די געמיינזאמע הוראת הקודש זיך בכלל נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, צו ערשט איז ארויס כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס האט דראמאטיש אויסגערופן "תלמיד שגלה מגלין רבו עמו", און ער איז גרייט צו גיין אין תפיסה, קיינער זאל נישט גיין. עס האט נאכגעפאלגט מיט דעת קדדשם פון די גדולי ישראל פון די חסדי'ישע, ליטווישע און ספרד'ישע קרייזן, אז מען טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס אויך נישט ביים ערשטן צו.


אריבער דעם אטלאנטיק קיין אמעריקע האט די אש המערכה גובר געווען מיום ליום. אנגעהויבן מיט א מאסן דעמאנסטראציע קעגן די ציוניסטישע קאנסולאט אין מאנהעטן, דורך פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע האבן קבל תבל ומלואה פארשריגן די אומדערהערבארע רשעות פון די ציונים מיט'ן ארויפשטעלן אזעלכע שרעקליכע גזירות אויף ערליכע אידן לומדי תורה בארה"ק.

ווייטער אין די מערכה האט זיך אנגעהויבן וועבן די פלענער פאר א מאסיווע פאראייניגטע עצרת "זעקת הגולה", בראש וראשון פאררופן דורך א היסטארישע הכרזה פון האחים האדמורי"ם מסאטמאר ביי די צענטראלע סעודות הילולא כ"ו אב, נאכגעפאלגט מיט זעלטענע פאראייניגטע קול קורא'ס פון אלע גדולי האדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות פון אמעריקע, פון וואס האט געזאלט שרייבן היסטאריע אין קורות ימי כלל ישראל, אלס די סאמע גרעסטע כינוס פונעם הידות החרדית אין אמעריקע מיט א פרעצעדענטלאזע באטיילונג פון הונדערטער טויזנטער אידן פון ממש אלע שיכטן און קרייזן.


אבער צום באדויער שוין האלטנדיג בלויז צוויי מעת לעת איידער'ן עצרת, ווען דער מלהיב לבבות ישראל הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א איז שוין דא געווען אין אמעריקע קומענדיג ספעציעל צו פארן צו אדרעסירן דעם משא העצרת, איז דאס די לעצטע מינוט געווארן אפגערופן, צוליב די פארשארפטע מלחמה צושטאנד אין מיטל מזרח, און די פאליציי האט נישט געוואלט ארויסגעבן די פערמיטן.


מיט דעם אלעם האט דער התעוררות און פייערדיגע אויפוואכונג ביים יהדות החרדית גאר שטארק אויפגעטון, שיקנדיג שאק-כוואליעס און א הילכיגע מעסעדזש קבל תבל ומלואה אז כולנו למערכה, און אידישע קינדער בכל מקום שהם וועלן נישט שלאפן און רוען ביז די גזירה וועט גענצליך בטל ווערן.


הגם מ'האט נישט געקענט מאכן דעם צענטראלן עצרת פאר'ן גאנצן יהדות הגולה, האט מען אבער געטאן וויפיל עס איז יא שייך געווען, און א מעמד אדיר פון קידוש שם שמים האט זיך אפגעשפילט אין די גאסן פון עיר התורה לעיקוואד בצאת השנה תשפ"ד, ביום א' סליחות, ווען שווערע טויזנטער בני תורה זענען ארויס לרחובה של עיר אויף אן עצרת "זעקת הגולה" באמירת סליחות ואמירת תהילים און פסוקי דרחמי און דרשות מחאה קעגן די גזירת הגיוס, ווערנדיג בשעת מעשה מיטגעהאלטן לעבעדיג דורך ריזיגע פארזאמלונגען פון בני הישיבות איבער מערערע שטעט אין אמעריקע.


באותו יום א' סליחות איז אויך אפגעהאלטן געווארן התעוררות'דיגע מעמדי תפלה צווישן רבבות חסידי סאטמאר איבער די גאנצע וועלט, וועלכע האבן על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מוסיף געווען צו זאגן נאך סליחות בקדרותא דצפרא דעם ספר רביעי שבתהילים קורע צו זיין שערי שמים פאר'ן ביטול הגזירה. דאס התעוררות האט באזונדער גובר געווען באתרא דמר אינעם ביהמ"ד הגדול קרית יואל במעמד אלופי אלפי ישראל וואס זענען געקומען לשמוע אל הרנה ואל התפלה פונעם רבי'ן שליט"א.


אריינגייענדיג אין שנת תשפ"ה רייסט זיך ארויס פון יעדנ'ס הארץ א הייסע תפלה ובקשה צום שומע תפלת כל פה ונותן התורה, אנא ה' חוסו נא עלינו, תורה תורה מתחננת בבקשה לפני מלך רם ונשא, עבידי גזירה דבטלי, די רשעים זאלן זיך אפלאזן פון כלל ישראל און די לומדי תורה זאלן קענען ווייטער לערנען אומגעשטערט במנוחה והשקט ביז משיח'ס טאג ווען עס וועט מקוים ווערן דער וכל הרשעה כולה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ, עס זאל קומען א שנת אורה, א שנת תורה, א שנת גאולה וישועה.


לבי לבי על חלליהם, עת צרה היא ליעקב

פארלאפענע יאר תשפ"ד האט זיך ליידער אנגעהויבן מיט א שוידערליכע בשורת איוב ווען בעצם יום שמחת תורה איז פארגעקומען די גרויזאמע מאסן שחיטה בארצינו הק', וואס האט ליידער פארשניטן די לעבנס פון אריבער 1,200 קדושים, הי"ד, לבי לבי על חלליהם, נישטא קיין ווערטער אויסצודרוקן דעם צער און ווייטאג וואס האט טיף אריינגעשניטן אין אידישע הערצער, וואס קען זיך נאך אלץ נישט טרייסן פון די מכות גדולות ומופלאות.


די שרעקליכע בשורה האט זיך שנעל פארשפרייט איבער ארץ ישראל, וואו א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט איבעראל, און עס איז זייער שווער געווען זיך צאמצוקלויבן און ווייטער ממשיך זיין מיט די ריקודין לכבוד התורה, און אזוי אויך אין חוץ לארץ וואו עס האבן שוין אנגעהויבן קומען שמועות רחוקות ומבהילות וואס האט צעטומלט די הערצער פון אידישע קינדער בכל מקום שהם.


נאך בשעת די הקפות האט מען שוין אנגעזען דעם מצב בחצרות האדמורי"ם, ווען מ'האט געהייסן זינגען ניגונים פון התעורות רחמים און מפלת האויבים, און מעורר געווען רחמים ביי די דברות קודש, און מוצאי יו"ט איז אפגערופן אלע מעמדי באגלייטן און הקפות שנויות.


אויך אין חוץ לארץ האבן מערערע אדמורי"ם געגעבן די הוראת הקודש צו מאכן די באגלייטן אן א מוזיק, און ביי די דברות קודש מקונן געווען די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט באטראפן כלל ישראל און מעורר געווען דעם ציבור מרבה צו זיין בתפלה ותחנונים למען שלום אחינו אין ארץ ישראל.


פון דאן האט זיך אנגעהויבן א בלוטיגע מלחמה צושטאנד וואס נעמט ליידער נישט קיין עק, און עס ווערט יעצט אפגעצייכנט א גאנצע יאר ווען עס שוועבט אן אנגעצויגענענע מלחמה סיטואציע מיט פילע קרבנות  ליידער במשך די  יאר, ברענגענדיג צוגלייך אן אפעקט בחצרות האדמורי"ם בארץ ובגולה אין אלע הינזיכטן.


אין די וואכן נאך די שמחת תורה אטאקע זענען פילצאליגע מעמדים און חתונות בחצרות הקודש אפגערופן געווארן, ספעציעל די גרויסע חתונה בחצר הקודש גור וואס האט געזאלט פארקומען גלייך נאך שמחת תורה איז אפגעשטופט געווארן מיט אפאר וואכן. אנדערע חתונות בחצרות האדמורי"ם איז אריבערגעפירט געווארן פון דרום ארץ ישראל צו מרכז ארץ ישראל אוועק פון די מלחמה זאנעס. בהוראות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האבן אלע גערער ישיבות פון דרום און צפון עוואקואירט און אריבער לערנען קיין ירושלים פאר לאנגע חדשים עד עבור זעם. אזוי אויך האבן רבי'ס אפגערופן זייער געווענליכע אפרו אין די וואכן נאכ'ן ירח האיתנים, נישט וועלנדיג איבערלאזן די חסידים אליינס בעת צר.


דער שווערער מצב האט זיך ספעציעל אנגעזען ביי די קברי צדיקים אין די יארצייטן, ווען עס איז ליידער מקוים געווארן דער 'מבלי באי מועד', אנגעהויבן פון די יארצייט פון רחל אימנו י"א חשון ביי קבר רחל וואס איז געווען פארשלאסן, און אזוי אויך האט כלל ישראל זייער שווער אויפגענומען די ביטערע פארשליסונג פון אתרא קדישא מירון, שפעטער אין יאר, אינעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, וואס איז געווארן כמעט גענצליך פארשלאסן, און בלויז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז אריינגעלאזט געווארן צו צינדן די הדלקה בחזקת אבותיו. כלל ישראל איז געווען פארווייטאגט און מלא צער פאר'ן נישט האבן די מעגליכקייט פוקד צו זיין אין מירון, ווען צו די זעלבע צייט איז ארויס די הוראת הקודש פון עטליכע גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות יא צו פרואוון און זיך אריינרייסן אין מירון, און אזוי האבן עטליכע טויזנט אידן זוכה געווען אנצוקומען צו די מערה, ספעציעל מוצאי ל"ג בעומר ווען פילע אדמורי"ם ורבנים האבן באוויזן אנצוקומען אין מירון און פוקד זיין ביים ציון המציונת.


אזוי אויך איז אפגעהאלטן געווארן איבעראל עצרות תפלה וואו די גדולי האדמורי"ם ומשפיעים האבן גערופן דעם עם ה' זיך מחזק זיין אינעם צוק העתים, אין בארא פארק איז אפגעהאלטן געווארן אן עצרת רבתי בחוצות העיר מיט'ן השתתפות פון אלפי ישראל.


עס איז ארויס די הוראה פון אדמורי"ם צו זאגן "אבינו מלכינו" און באשטימטע מזמורי תהילים לעורר רחמים על המצב, און משמיע געווען דברי חיזוק פאר די חסידים און מעורר געווען זיך משתתף זיין בצערן של דם ישראל הנשפך כמים.


אין א שריט פון אהבת ישראל איז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א ארויסגעפארן אויפ'ן פראנט מחזק זיין די אלע מיטגעמאכטע משפחות פון די געפאלענע קרבנות און פון די פארכאפטע משכונות, דער רבי האט אויך געהייסן די חסידים ארויספארן מחזק זיין די אלע משפחות און פארן אין די שפיטעלער באזוכן די פארוואונדעטע. אויך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט שטארק געפאדערט פון די חסידים צו פארן מחזק זיין די צעבראכענע משפחות, און אליינס ארויסגעפארן אויף מסעות חיזוק.


אין די זעלבע צייט איז געהערט געווארן די דברים קילורין לעינים פון גדולי האדמורי"ם איבער'ן דעת תורה און השקפה בהירה אין אזא צייט פון בלבול המוחות, און מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון די אזויגערופענע הצלחות הרשעים פון די ציונים.


אזוי ווייטער במשך די גאנצע יאר האט מען על כל צעד ושעל געשפירט די מלחמה, סיי צוליב די באגרעניצונגען, און סיי מיט'ן הערן די דברות קודש בחיזוק והתעוררות און השקפה איבער'ן שווערן מצב.



כי לא יונח שבט הרשע על גורל דורותינו:

פון די צענטראלע שווערע געשעענישן וואס האט געפלאגט דעם יהדות הגולה, איז די אומגעהויערע ביטערע "גזירת החינוך" אין ניו יארק, וואס איז אין לויף פון שנת תשפ"ד געווען כסדר עומד על הפרק, ווען די רשעי ישראל האבן זיך ליידער ווייטער פארמאסטן צו שטערן דעם חינוך הטהור פון די הונדערטער טויזנטער תשב"ר פון אלע מוסדות החינוך אין ניו יארק, און ס'איז געווען פארשידענע שווערע מצבים דורכ'ן יאר, און מ'האט כסדר געהערט די דעת קדשם און הוראות ברורות פון די גדולי האדמורי"ם ועיני העדה וואס האבן אנגעוויזן אויף טריט און שריט ווי אזוי צו אומגיין בדרכי המלחמה.


די אדמורי"ם האבן כסדר מעורר געווען איבער די גזירה ביי מעמדי קודש, און געליגן בעובי הקורה אפצושלאגן די שווערע גזירה. אזוי אויך איז אפגעהאלטן געווארן עטליכע גרעסערע אסיפות בבתי גדולי האדמורי"ם ומנהיגי הקהילות.


ארום פורים צייט איז פארגעקומען א וויכטיגע געריכט איבער דעם נושא, און על פי קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י איז באשטימט געווארן א גרויסע יום תפלה פאר די חסידים אין אלע שטעט, און דער הויכפונקט איז געווען ווען די טויזנטער תשב"ר פון מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג האבן זיך צונויפגעזאמלט אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר וואו דער רבי שליט"א האט מיט א קול בוכים מעורר געווען די לבבות תשב"ר צו איינרייסן פאר זייער עתיד החינוך.


אויך האט מען אויסגענוצט די געלעגנהייט ווען גדולי האדמורי"ם האבן זיך געטראפן מיט הויכראנגיגע באאמטע, צו שתדל'ן און פארלייגן די אויסשליסליכע בקשה וואס מ'האט, אז די רעגירונג זאל נישט שטערן און זיך נישט אריינמישן אין אונזער חינוך. ספעציעל איז באקאנט די לעצטיגע השתדלות דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א ביים פילאנטראפ רובי שרון וואס האט נאנטע באציאונגען מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט טראמפ וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, און דעם נארוואס פארלאפענעם חודש אלול האט דער רבי פערזענליך אפגעשטאט אינעם טראמפ טאוער אין מאנהעטן, שתד'לנדיג לביטול רוע הגזירה.



ואכחיד שלשת הרועים, פטירת מאורי וצדיקי הדור:

דאס יאר תשפ"ד ווערט אפגעצייכנט מיט מורא'דיגע ווייטאג און טיפע יתמות ווען כלל ישראל האט פארלוירן א רייע מיט צדיקים ועיני העדה, וואס האט געלאזט אן אומגעהויערן חלל ביים יהדות החרדית, ובפרטיות די הסתלקות לשמי מרום פון די דריי מאורי וצדיקי הדור וואס האבן באלאכטן די וועלט באור צדקתם וקדושתם און משפיע געווען מהודם אויף טויזנטער אידן נאנט און ווייט, ועכשיו חסרנו כל אלה בעוה"ר.


די דריי אבידות שאין להם תמורה האט איבערהויפט בארירט די עיר התורה וחסידות בארא פארק, וואס האט ליידער געליטן די ביטערע פארלוסטן אויף א פערזענליכן פארנעם, אבער האט בעצם בארירט די גאנצע חסיד'ישע וועלט, וואס קען זיך שווער טרייסטן און זיך צאמקלויבן פון די גרויסע אבידות שאין להם תמורה, די חסידים ומעריצים בכל קצוי תבל האבן אזוי ארויסגעקוקט און מתפלל געווען פאר זייער אריכות ימים ושנים טובים, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, וכבר נגזירה הגזירה, הם הלכו למנוחות ואותנו עזבו לאנחות.אנגעהויבן מיט'ן הסתלקות פון זקן צדיקי הדור הגאון הצדיק חסידא ופרישא רבי משה וואלפסאהן זצ"ל בעל אמונת עתיך אב"ד אמונת ישראל, נאכגעפאלגט מיט'ן הסתלקות פונעם עמוד צלותהון דישראל ועמודא דנהורא הרה"ק מקאסוב זצ"ל, און צולעצטס מיט'ן הסתלקות פונעם רבן ואבוהון של ישראל אביר הרועים הרה"ק מסקולען זצ"ל.

ויהי נועם נשבת במוצאי שבת, אין א בלויזע קורצע צייט אפשניט פון עטליכע וואכן אין איין זומער, בחדשי סיון תמוז און אנהייב אלול, האט כלל ישראל אויפגענומען די ביטערע נייעס אין א מוצאי שבת, וי אבדה נפש, און ריזיגע לויות פון צענדליגער טויזנטער מלוים האבן ביי יעדע מסע הלוי' שווארץ געמאכט די גאסן פון בארא פארק אפצוגעבן דעם כבוד האחרון ולספוד לצר"ה ולבכותה.


וזרח השמש, אין אלע דריי חצרות הקודש, אמונת ישראל, קאסוב און סקולען, לעבט מען מיט די לעכטיגע המשכת הקודש, ממשיך צו זיין מיט די הנהגת העדה ולא תהיה עדת ה' כצאן שאין להם רועה.


אין ק"ק אמונת ישראל איז עפ"י צוואתו ורצון קדשו פונעם משגיח זצ"ל אויסגערופן געווארן ביי די לוי' איבער'ן התמנות פונעם באליבטן אייניקל הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א אלס ממלא מקומו בקודש אלס אב"ד אמונת ישראל באתרא דמר אין בארא פארק, און בנו חביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאהן שליט"א, אלס אב"ד אמונת ישראל אין שטאט מאנסי.אין ק"ק קאסוב ווערט ווייטער געשפינט די גאלדענע המשכה, ווען עס איז ארויף על כס האדמורו"ת אלס ממלא מקומו בקודש עפ"י רצון קדשו ווי ס'איז אויסגערופן געווארן ביי די לוי', בנו חביבו ויקירו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, און באזונדער איז נתמנה געווארן דער ברודער כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א פון לעיקוואד.


אין ק"ק סקולען איז בתוך ימי השבעה אפגעהאלטן געווארן די פייערליכע הכתרה בבית מדרשו של רבי, וואו ס'איז אויסגערופן געווארן רצון קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל, אז דער עלטסטער זון הגה"צ רבי אהרן מאיר שליט"א זאל איבערנעמען די הנהגת העדה בכס אדמורו"ת סקולען, און באזונדער איז אויסגערופן געווארן דאס התמנות פונעם צווייטן זון כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א.

זכר צדיקים לברכה – ימליצו טוב בעדינו



ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו:

גרויסע און היסטארישע רעבישע שמחות זענען געפראוועט געווארן דורכאויס די יאר.

שמחת החתונה פון די ערשטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס האט נאכגעפאלגט מיט נאך עטליכע חתונות ביי אייניקלעך און אור אייניקלעך, ביי א טייל פון זיי איז די רבי שליט"א געווען א דאפלטער זיידע.


די גרויסע חתונה אין די הויפן פון סאטמאר אין סקולען, ווען די צווי גדולי הדור האבן זיך משדך געווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און להבחל"ח הרה"ק מסקולען זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין א גרויסן שאטער אין וויליאמסבורג מיט די באטייליגונג פון טויזנטער חסידים פון ביידע צדדים.


שמחת החתונה פון די ערשטע אייניקל בן אחר בן ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א פארגעקומען בעיר הבירה לאנדאן, ווען דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז געקומען צופארן אויף א היסטארישע נסיעה צו באשיינען די שמחה.


 די גרויסע חתונה אין קרית וויזניץ בני ברק אין די הויפן פון באיאן און וויזניץ מיט די באטייליגונג פון טויזנטער חסידים פון ביידע הויפן.


די גרויסע חתונה בחצר הקודש וויזניץ פארגעקומען אין די גרויסע זאל אין קרית צאנז נתניה אין א לעצטמינוטיגע טויש.


שמחת החתונה פון די ערשטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, די כלה אויך א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א.


שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א.


שמחת החתונה פון די יונגסטע קינד ביי כ"ק אדמו"ר הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן שליט"א מתורת חכם מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א.


די געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית דאס יאהר איז געווען די היסטארישע שמחת הברית פון די עלטסטע זון ביי הגאון הגדול רבי צבי קושלבסקי ראש ישיבת היכל התורה האט זוכה געווען צו זרע של קיימא נאכן ווארטן קרוב צו 70 יאהר אויף קינדער.


די גרויסע חתונה אין שיכון וויזניץ מאנסי פון חתן כלה אייניקלעך ביי די ברידער כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ פון קייאמישע, לאנדאן, און בית שמש, אין שפוץ פון אלע אכט וויזניצע רביים וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שמחה פונדערנאנט.


די היסטארישע חתונה אין קרית וויזניץ בני ברק ווען הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידרמאן שליט"א האט אנגעפירט די חתונה נאכדעם וואס די זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ האט זיך געפינען בימי האבילות צו די פטירה פון די רעבעצין ע"ה.


די חתונה פון די ערשטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א פון בארא פארק.


די חתונה אין די הויפן פון וויזניץ סאטמאר און דעעש, די חתן בן זקונים פון הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק.


עטליכע גרויסע חתונות בחצר הקודש גור, די ערשטע חתונה נאך עטליכע חדשים פון ארויסקוקן, נאכן ווערן אפגעשטופט צוליב די אומטשענדן.


די ערשטע חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א נאכן איבערנעמען די הנהגה, מיט א אייניקל פון הגה"צ אבד"'ק באבוב 45.


די גרויסע חתונה בשמחת בית תולדות אהרן אין ניו יארק, ווען דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן איז געקומען צו פארן באשיינען די שמחה.


די גרויסע חתונה אין די הויפן פון דאראג און אמשינוב אין שטאט בני ברק מיט די באטייליגונג פון טויזנטער חסידים פון ביידע הויפן.


שמחת החתונה בחצר הקודש מונקאטש, פונעם יונגסטן קינד ביי הגה"צ ראש ישיבת מונקאטש בנו הגדול פונעם רבי'ן שליט"א.


די חתונה פון א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א.


די חתונה פון החתן זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא פארגעקומען אין בני ברק.


די חתונה פון החתן זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש.


די היסטארישע שמחת הברית פון די ערשטע דור חמישי אן אור אור אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו.



Комментарии


bottom of page