בענבי הגפן: שמחת האירוסין בחצרות נדבורנא – ביאלא בני ברק – גארליץ
- 20 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
מוצאי שבת פ' קרח • ה' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני
ברוב שמחה וגיל איז דעם מיטוואך, אפגעראכטן געווארן די שמחת האירוסין בחצרות נדבורנא – ביאלא – גארליץ, לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, עלטסטע זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' חיים מרדכי ראזענבוים שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט"א רב ביהמ"ד גארליץ, זון פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, און איידעם ביי הנגיד החסיד ר' אפרים זלמן בעק הי"ו פון שווייץ.
ביי דער שמחה וועלכע איז פארגעקומען אין די "עטרת" זאלן אין בני ברק, האבן זיך באטייליגט א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען געקומען וואונטשן ברכת מזל טוב פאר די חשוב'ע זיידעס, מרנן האדמו"רים שליט"א, און די מחותנים.
מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן, כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לעבעדיגער "מחול לצדיקים" בקול ששון ושמחה, ווען די חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ.
די שמחה איז באשיינט געווארן דורך פילע אדמו"רים און רבנים חשובים, צווישן זיי: האדמו"רים מסטראפקוב, זוטשקא, קאלאשיץ, קארלין-לעלוב, הגה"צ רבי ישראל יצחק מנדלזון שליט"א גאב"ד קוממיות ירושלים, וועלכער האט אויך גערעדט לכבוד השמחה, הרה"ג רבי יהושע פינק שליט"א מרבני בעלזא אין בני ברק, אב"ד מאקאווא בני ברק, אב"ד מחשבת הלוי, און נאך.
באזונדער האט זיך באטייליגט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז געקומען לכבוד דעם מחותן אבי הכלה, הרה"צ רבי ברוך האלבערשטאם שליט"א, וואס ציילט זיך צווישן די חשוב'ע תומכים פון "מרכז מוסדות בעלזא" און קופת "אהבת חסד".
הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט געטרונקען לחיים, געשמועסט מיט די מחותנים און די רבנים אויפן אויבן אן, און דערנאך געטאנצן באזונדער מיט'ן חתן, מיטן בעל שמחה הרה"צ רבי ברוך הלברשטאם שליט"א, און די אנדערע מחותנים און זיידעס.




































































תגובות