האד' מבאיאן באטייליגט ביי סדר לימוד שעות רציפות אין ישיבה אין שאטן פון פטירת הב' משה לודמיר ע"ה מתלמידי הישיבה
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 20 שעות
מוצאי שב"ק פ' יתרו כ' שבט | בחצרות הקודש

אן איבערראשונג האט ארומגעכאפט דעם פול-געפאקטן היכל ביהמ"ד דישיבה גדולה באיאן אין מודיעין עילית דעם פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג, מיט די אצילות'דיגע ערשיינונג פון מורם ומלכם, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער איז גענצליך אומערווארטעט אנגעקומען אין ישיבה זיך צו פערזענליך באטייליגן ביים סדר הלימוד.
דער רבי איז געקומען מחזק צו זיין די תלמידי הישיבה נאך די שווערע בראך מיט די פטירה פון אחד מבני החבורה הב' משה לודמיר ע''ה וואס איז ליידער פארשוועמט געווארן אינעם מודיעין טייך מיט עטליכע וואכן צוריק. כאטש וואס דער רבי פארט היינט צוטאגס זעלטן ארויס פון ירושלים איז דער געקומען מחזק זיין די פעסטער סדר פון "פינף שעה רצופות", וואס איז וועכנטליך אין די ימי השובבים א מחזה הוד, ווי די בחורים מופלגים זיצן און הארעווען על התורה ועל העבודה.
דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט צווישן די חבורים און עוסק געווען בתורה, און אפילו זיך פארצייכנט חידושי תורה על הכתב. נאך לענגערע מינוטן האט זיך דער רבי אויפגעכשטעלט און זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און מיטגעהאלטן די סדר הלימוד מיט א קענטיכע קורת רוח. דער רבי האט אויך געשמועסט מיטן ראש הישיבה און די צוות הרוחני זיך אינדערסירנדיג איבער די סדרי הלימודים אין ישיבה. ביים ארויסגיין האט דער רבי באטראכט די לוח מודעות און זיך נאכגעפרעגט איבער די פארשידענע מבצעים וואס איז איינגעפירט געווארן בין כותלי הישיבה לרגל שובבים.



