top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום טוב'דיגער שטימונג אין ביתר צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד הגדול דחסידי דינוב

דאנערשטאג פ' האזינו א' • כ"ח אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צו די מעמד פתיחת שערים פאר די נייע ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי דינוב אין שטאט ביתר, ווען אין א מזל'דיגע שעה וועט באנייעט ווערן די פראכטפולע בנין ביהמ"ד הגדול וואס איז געבויעט געווארן אין די לעצטע תקופה, לשמחת לב די חסידים ומעריצים ותושבי השכונה.


די דינובע בית המדרש אין ביתר דינט שוין א לאנגע תקופה אלס א לייכט טורעם פאר די גאנצע געגנט, און א תל תלפיות פאר הונדערטער אידן וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א פון ארץ הקודש, בן זקוניו פון רב האי גאון וצדיק בעל 'קדושת יוסף' פון נדבורנא פתח-תקוה זצ''ל וועלכער איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע כח ההשפעה און הרבצת התורה אין בפרט פאר צעירי הצאן בחורים אין יונגעלייט, די לעכטיגע שיעורים וואס דער רבי שליט"א גיבט איבער פון צייט צו צייט, איבערהויפט בענינא דיומא שטייענדיג אין די ימי הרחמים והרצון, ווען הונדערטער אידן קומען צו פארן פון איבעראל לשמוע אל הרינה ואל התפילה, מיטהאלטן די געהויבענע תפילות ווען דער רבי שליט"א איז יורד לפני התיבה, און שיינע טישן אין די דברות קודש וואס איז מעורר יעדע אידישע הארץ.


די נייע פראכטפולע בנין איז געבויעט געווארן גענצליך על טהרת הקודש, מיטן שטיצע און הילף פון נדיבים בעם, תומכי ממלכת התורה דחסידי דינוב אין שטאט ביתר, אין די לעצטערע חדשים איז אנגעגאנגען העפטיגע בוי ארבעט מ'זאל שוין קענען דאווענען אין די נייע ביהמ"ד היי יאר ראש השנה, צוליב די געדרענג און וואוקס וואס מ'האט געזעהן דורכאויס די פארלאפענע יארן אין די ימים הנוראים.


אצינד גרייט מען זיך טאקע צום געהויבענעם מאמענט, ווען דעם ערב שבת קודש ביום ערב ראש השנה וועט מען באנייען די פראכטפולע בית המדרש, און דער רבי שליט"א וועט קובע זיין די מזוזות, נאכפאלגענדיג מיט א געהויבענע מעמד פתיחת שערים לשם ולתפארת.


אין די יעצטיגע טעג גייט ווייטער אן די בוי ארבעט צו פארענדיגן די פראכטפולע מקוה און די היכל התורה, די גאנצע בנין זאל זיין ווי שנעלער גרייט צום באנוץ בכל פרטיה ודקדוקיה.




Comentarios


bottom of page