top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא אפגעפלויגן צום ציון הק' אין קערעסטיר אונגארן

  • Bechatzros admin
  • 26 בפבר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 26 בפבר׳

מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט איז האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא אנגעקומען קיין קערעסטיר אונגארן צו פוקד זיין דעם ציון פון הרה"ק רבי ישעילע מ'קערעסטיר זי"ע. די חשובער גאסט שליט"א איז געקומען אין באגלייטונג פון א סוויטע מקורבים און זענען צוערשט אנגעקומען צו רבי ישעי'לעס הויז וואו מ'האט געצינדן ליכט אינעם הייליגן קוויטל שטוב, און דערנאך איז מען אריבערגעגאנגען צום קאך באטראכטן די מאסיווע ווירטשאפט צוצושטעלן צו עסן פאר אידן, און אזוי אויך האט זיך דער רב אומגעקוקט ביי דעם ארגינעלן אויוון פון רבי ישעי'לע זי"ע.


דערנאך האט מען זיך געוואשן צו א סעודת ערב אינעם היכל הסעודות ווי עס איז צוגעשטעלט געווארן א שיינע סעודה לכבודו פונעם חשובן גאסט, וועלכער האט אויסגעדרוקט זיין געוואלדיגע התפעלות, און דערביי אנגעוואונטשן אלע עסקנים ברכות לרוב, יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס מ'דארף אין זכות פון רבי ישעי' ב"ר משה.


כחצות הלילה איז דער רב שליט"א ארויפגעגאנגען אינאיינעם מיטן פמליא צום ציון הקדוש ווי מ'האט מכבד געווען דעם אורח הדגול צו אנצינדן די נר תמיד וואס ברענט ביים ציון און דערנאך האט מען א לאנגע צייט מתפלל געווען למען הכלל והפרט.



Comentários


bottom of page