סעודת הילולא צום יארצייט פון הגה"צ רבי משה ניישלאס זצ"ל דומ''ץ שיכון סקווירא אין שפיץ פון חתנו האד' מראחמיסטריווקא
- 2 באפר׳ 2025
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 2 באפר׳ 2025
מיטוואך פ' ויקרא • ד' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אין עיה''ק ירושלים איז פאריגע וואך אפגעראכטן געווארן א יארצייט סעודה לרגל די הילולא פון חסידא ופרישא הגה"צ המפורסם רבי משה ניישלאס זצ"ל דומ''ץ שיכון סקווירא ואב''ד סערדהאלי אין שפיץ פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א ובראשם חתנו כבנו כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א וועלכע האט זיך געוואשן, און מיטגעהאלטן די גאנצע סעודת הילולא. נאכן זיך וואשן זענען די אייניקלעך פונעם בעל ההילולא דורך ביים רבי'ן און מסיים געוועהן די מסכתות דערנאך האט די רבי געזינגען הזכירו און געזאגט תורה וואו ער האט ארומגעשמועסט פונעם שווער ז"ל, זיין עבודה, הרבצת תורה און מידות טובות.














תגובות