דאנערשטאג פ' נשא - י"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות
א גרויסע מעמד וואס האט אפגעקלינגען מיט א מעכטיגן ווידער קול, איז פארגעקומען אין שיכון סקווירא פארלאפענעם ראש חודש סיון, זונטאג די וואך פון שבועות. דאס קומט נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט ביים הדלקה אין טאג ל"ג בעומר, אנגעהויבן גיסן די יסודות פאר די נייע מקוה פונעם נייעם בית המדרש וואס ווערט יעצט געבויט אין צענטער פון שטעטל, און דאן ביי די פייער'דיגע דברות קודש לכבוד המעמד, זענען די חסידים עלעקטעריזירט געווארן ווען דער רבי שליט"א האט דערמאנט מיט א שטארקייט, אז ס'דארף זיין 'מצוה גוררת מצוה' און די מצוה פון בויען א מקוה וואס ברענגט ריינקייט, זאל צוברענגען א ריינקייט אויך אין סור מרע צו אוועקגיין פון זאכן וואס שטערן דאס ריינקייט ביי אידישע קינדער, וואס דאס זענען סיי פון די כלים המשחיתים די טעכנעלאגיע, און סיי דער ענין פון צניעות אין לבוש ביי די מענער, און ביי די פרויען, אז אלעס דארף זיין נישט מיט קיין בדיעבד, נאר מיט "א שטארקן לכתחילה", ווען דער רבי שליט"א ערווענט פארן ציבור, אז די 'אחריות און די זכות פון צניעות פון די פרויען ליגט אויף ביידע', דאס הייסט אז אויך די מענער דארפן טראגן אחריות אויף די צניעות הלבוש פון זייערע שטובער.
א נאכט דערויף, נאכ'ן ל"ג בעומר טיש - וואס ווערט געפירט אין סקווירא די צווייטע נאכט - איז פארגעקומען א העפטיגע מיטונג צווישן די עסקנים מיט די קינדער פון סקווירא רבי שליט"א, וואס דאס איז בלויז געווען די ערשטע אין א סעריע פון טעגליכע מיטינגען און העפטיגע ארבעט רונדע דעם זייגער, צו מסדר זיין דעם גרויסארטיגן מעמד, אז ס'זאל זיין מיט די העכסטע מאס הצלחה וואס איז שייך. די גרויסע פלאקאטן וואס זענען געהאנגען געווארן אין בית המדרש האבן ווי אויסגעשריגן, אז ס'קומט א מעמד וואס דער שטעטל האט נאכנישט געזען, ווי ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט למעשה.
צום באשטימטן צייט זונטאג פארנאכטס אום אכט אזייגער, האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה אינעם היכל הבית המדרש, ווען במשך גאנץ מנחה און אין די מינוטין נאך מנחה, שטראמען אידן פון אלע זייטן פונעם שטעטל, די פלעצער אין בית המדרש זענען בליץ שנעל פול געווארן, ווי אויך איין זייטיגע פליגל וואס איז נאך געווען פארמאכט, איז באלד געעפנט געווארן צו קענען זעצן די פולע אידן וואס זענען שוין געשטאנען ביי די ווענט ארום נישט טרעפנדיג קיין פלאץ.
דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' אברהם ישעי' וואזנער שליט"א האט ארויפגערופן דעם גאסט רעדנער וואס איז געקומען צו פליען פון ארץ ישראל ספעציעל צום דעם מעמד, דאס איז דער באוואוסטער רעדנער הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א. מיט זיין בא'טעמ'טע שפראך האט רבי שמעון אריינגענומען דעם ציבור אין דערהויבענע לופט, ארויסרעדנדיג אזוי זיס, אז די אלע גדרי הצניעות זענען נישט סתם פרטים וואס מ'טוט יא און וואס מ'טוט נישט, נאר ס'איז אלעס מיט א ציל, מיר זוכן די הייליגע שכינה זאל ביי אונז רוען; מיר זוכן צו זיין נאנט צום אייבערשטן; מיר זוכן אידענעס און טעכטער וואס לעבן מיט אמונה און מיט געפיל צום אייבערשטן; פרויען וואס קענען לאזן א טרער ביים זאגן קאפיטל תהלים, וואס די אלע פרטים פון צניעות זענען די שליסל אז ס'זאל זיין השראת השכינה אין שטוב' און ווען ס'איז דא א השראת השכינה וואקסן ריינע הערצער.
מיט א קלארקייט צענומען אויף קליין געלט, האט רבי שמעון ערקלערט די וויכטיגקייט פון זיך אפשטעלן ביי די קליינע זאכן וואס זעען אויס אז ס'איז בלויז אפאר סענטימעטער גערוקט, און מ'קען טראכטן אז וואס איז שוין, אבער אדרבה דאס אליין מאכט אסאך אויס צוליב כמה טעמים וואס ער האט אויסגעשמועסט, און כל שכן וואס ס'קען חלילה ברענגען ווייטער אויב מ'שטעלט זיך נישט גלייך אפ. מיט זיין רייכע שפראך האט ער געגעבן צו הערן וואס דאס מיינט פאר כלל ישראל די צדיקים און מנהיגים וואס האבן די סענסעטיווקייט צו דערשפירן ווען א זאך איז נישט גלאטיג, און עס באלד צו אפשטעלן מיט זייער ליבשאפט און רחמנות אויף אידישע קינדער. ווען ר' שמעון האט מסיים געווען די אלע נקודות און נאך עטליכע ענינים וואס ער האט אויסגעשמועסט, זענען די הערצער געווען אפן. וויפיל מ'איז ביז יעצט געווען גרייט צו הערן, האט מען יעצט 'געוואלט הערן' די הלכה למעשה אין הלכות צניעות, כדי צו טאקע צו קענען זיין הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן און זוכה זיין צו א גאנצע השראת השכינה.
אבער בעפאר די הלכה שיעור, האט מען געהאט די זכי' צו הערן ברכת קדשו פון דער סקווירא רבי שליט"א געשיקט פערזענליך דורכ'ן גבאי הרה"ח ר' ביינוש אייזענבערג שליט"א. אין די ווערטער פונעם ברכה האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון זיך צוזאמקומען פאר אזא ענין פון צניעות, בפרט לויט דער מצב הדור וואס ס'איז פארבינדן מיט גרויסע נסיונות, אבער טאקע צוליב דעם איז דער שכר גאר גרויס, און אויסגעפירט מיט הייסע דברי ברכה. דערנאך האט דער גבאי געלאזט וויסן פאר'ן ציבור, אז וויבאלד ער ענין פון צניעות איז אזוי נוגע צום פינטל פון רבי'נס הארץ, האט דער רבי שליט"א מגלה דעת געווען, אז ער וועט האבן א נחת רוח אויב מ'וועט אים ברענגען א קוויטל פון אלע וואס זענען זיך מקבל צו איינהאלטן מיט א שלימות די גדרי הצניעות וואס בית דין וועט אוועקשטעלן. אט די ווערטער פונעם רבי'ן שליט"א, מיט די מודעה אז ס'וועט זיין די הייליגע קוויטל, האט געשאפן אן אמת'ע מצב פון נעשה ונשמע, יעצט איז שוין יעדער געווען גרייט אז זיי וועלן טון וואס נאר די רבנים וועלן זאגן.
דאן האבן זיך אויפגעשטעלט דער דיין פון שיכון סקווירא הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א בעל מחבר ספר שבטי ישראל, ורב מכון המדריך להוראה, צוזאמען מיט'ן שואל הרה"ג ר' דוד משה רייכמאן שליט"א דיין אין איינע פון די סקווירא שטיבלעך אין מאנסי, און פאר א שעה צייט, האט דער ציבור אויסגעהערט דעם דבר ה' זו הלכה, ווען דער שואל צונעמט יעדע מציאות מיט די פרטים, דאן קומט ער צו צום שאלה וואס מ'דארף וויסן, און דער דיין שליט"א ענטפערט קריסטאל קלאר די תשובה אויפ'ן שאלה. קודם זענען אראפגעלייגט געווארן די ערשטע פאר וויכטיגע יסודות אויף וואס די הלכות צניעות זענען געבויעט, און דערנאך זענען אדורך גערעדט געווארן אין קורצן מערערע פרטיות'דיגע שאלות ותשובות צווישן זיי די הלכות פון לענג פון די קליידער און ערמל, די קאליר פון די שטרימפ, אויסשטעל און קאליר פון שיך א.א.וו. איבער אלעם איז אדורך גערעדט געווארן פארשידענע פרטים וואס איז נוגע צו די הויפט נושא פון קאפ-צודעק, וואס איז באקאנט איבעראל די שטארקע נסיונות וואס האבן זיך לעצטענס פילפאכיג פארמערט. ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן צום ערשט די יסודות פון די הלכות און דאן איז געווארן אויסגשמועסט די פונקטליכע הלכות.
און דערצווישן האט דער דיין שליט"א קלארגעשטעלט אין קורצן: "די שייטל דארף זיין געבויט אויף אן אופן, וואס מ'דערקענט קלאר אז עס איז אפילו נישט 'דומה' צו אייגענע האר, ממילא טאר עס נישט זיין לאנג, דאס מיינט אז ס'טאר נישט זיין לענגער ווי 'טשין לענד', און
אין פון די אויער ביז פארנט פונעם פנים טאר בכלל נישט אראפהענגען קיין האר. דער דיין האט צוגעלייגט אז כאטש די זאך איז א שטארקע נסיון ביי פרויען, און אסאך מיינען אדער טראכטן, וואס איז שוין? עס איז נאר אפאר הארעלעך מער, וואס איז שוין שלעכט? עס איז אבער נישט אויסגעהאלטן אזוי צו גיין". דאן האט דער דיין שליט"א ארומגערעדט בנוגע די היינטיגע "יומעין העיר" שייטלן און געזאגט ווי פאלגענד: "איך וויל זאגן די הלכה לגבי יומען הער שייטל.
אסאך גדולים און פוסקים האבן שוין גע'אסר'ט, וויבאלד עס קוקט אויס ווי עכטע האר, און אזוי אויך איז באקאנט אז אונזער רב ר' משה ניישלאס זצ"ל האט געפ'סקנ'ט אויף דעם לאיסור, און ער האט כמה וכמה פעמים גערעדט צו מיר וועגן די הארבקייט דערפון. אויסער די הארבקייט ווייל עס קוקט אויס ווי אייגענע האר, איז דא נאך א זאך ביי דעם, די נישט אויסגעהאלטענע סטייל'ס פון שייטלעך זענען אסאך מער שייך און געאייגנט ביי די סארט שייטלעך, ממילא איז דאס א פתח צו אסאך גאר הארבע מכשולות. למעשה, כאטש עס איז זייער שטארק איינגעריסן אין די וועלט, און עס איז דא זייער א גרויסע ירידה אין דעם, און כ'ווייס אויך פון דעם אז עס האלט זיך לענגער און עס איז גרינגער צו מאכן, כ'האב שוין אסאך געטון אין דעם, און כ'ווייס אז סינטעטישע שייטלען מאכן זיך שווערער און מ'דארף דאס כסדר פאררעכטן און איבערמאכן, אבער למעשה ווען עס קומט צו הלכה און צניעות, קען דאס פארשטייט זיך בשום אופן נישט זיין קיין תירוץ דאס מתיר צו זיין. וועגן דעם אלעם וועט מען אי"ה איינפירן ביי אונז אין שטעטל, אלס תקנת בית דין, בהסכמת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, אז די אלע וואס האבן חתונה פון דעם קומענדיגן ווינטער שנת תשפ"ד און ווייטער, איז א תקנה פון בית דין אז מען טאר נישט גיין יומען הער, נאר מיט סענטעטישע שייטלעך".
נאכדעם איז דער דיין שליט"א אריבער געגאנגן צו ערקלערן די הלכות פון א צוגעדעקט שייטלן און געזאגט: "א צודעק דארף זיך דערקענען פון אלע זייטן כהלכה, און דער שיעור דערפון איז געווענליך 01-00 אינטשעס פון די פראנט ביז די בעק, און אין ביי א קלענערע מענטש: כאטשיג 9 אינטשעס. ווען מ'טוט אן א שייטל צודעק דארף מען אויך געדענקען אז עס טאר נישט ארויסהענגען פון אינבעק מער ווי דריי-פיר אינטשעס. און דאס דארף זיין אלעמאל: סיי אינדערוואכן סיי פרייטיג צו נאכטס, און סיי שבת בייטאג". דאן האט דער דיין שליט"א ארויסגעברענגט די חשיבות פון די וואס גייען דוקא מיט א "טיכל", און נישט מיט העט אדער בענד, וואס דאס האט א גרויסע מעלה, סיי אלס די חלק פון מסורה, און סיי ווייל ס'איז א גוטע מסגרת אז מ'זאל זיך קענען האלטן ווי ס'דארף צו זיין אז די שייטל זאל זיין צוגעדעקט כהלכה. אבער אין יעדע פאל, וואס פארא סארט צודעק מ'גייט, דארף די צודעק זיין גענוג גרויס אז ס'זאל צודעקן די שייטל ווי ס'דארף צו זיין, ד.ה. אז מ'זאל עס קלאר זען פון אלע זייטן!. ווי געהערט נאכדעם פון פולע מענטשן, סיי פון באטייליגטע און סיי פון נשים צדקניות נאכדעם וואס הונדערטע פרויען האבן מיטגעהאלטן אויפ'ן טעלעפאן, אז מ'האט גאר שטארק הנאה געהאט הערנדיג די הלכות צניעות ווי א הלכה שיעור אזויווי אלע מקצועות אין די תורה, אז ס'איז דא ביי דעם א קלארע אסור און מותר, א קלארע הדרכה צו טון אזוי אדער אזוי ביי יעדע פרט און פרט.
אין א סופרייז פאר'ן ציבור האט דער שואל הרה"ג ר' דוד משה צום שלוס געבעטן דעם גאסט רעדנער הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א, אז ער זאל געבן טיפס וויאזוי קען א טאטע צו זיין בני בית און טעכטער, איבערגעבן און זיך שטעלן אויף גדרי הצניעות נאכדעם וואס עס זענען שטענדיג דא נסיונות, זאכן זענען גענוג מאל שווער, און צומאל איז די עיקר נסיון דער אויסרייד אז אלע טוען אנדערש [ווי דער נואם הכבוד האט ארויסגעברענגט ביי זיין ערשטע דרשה, אז דאס איז אלעמאל דא, און אזוי קומט עס].
מיט א מין אומבאשרייבליכע געלונגענקייט, האט ר' שמעון אין צען מינוט געזאגט דאס וואס אנדערע מומחים זענען מסביר אין גאנצע שעות, געבנדיג די וויכטיגע כללים וויאזוי צו אויסהערן יענעם'ס געפילן און וויאזוי צו פארשטיין צו יענעם'ס הארץ, וואס דאס איז דער טויער צו קענען אריינקומען און זיין מיט יענעם אויף איין טיש ווי מ'רופט עס, וואס דאן זענען די הערצער אפן און מ'קען אנהייבן רעדן וועגן די זכי' פון זיין אויסגעהאלטן און נאנט צום אייבערשטן, און ס'איז בעז"ה נכנסים אל הלב, אויך האט ער ארויסגעברענגט אז מען דארף ניצן דעם שכל און קוקן אויפן מצב, אז אפילו צומאל קוקט עס אויס אין אנהויב שווער צו מצליח זיין ביזן סוף דארף מען אסאך מאל האבן געדולד און געבן צייט, דער עיקר איז צו האלטן קאפ כסדר צו אנקומען צום ציל.
דער יושב ראש האט נאכאמאל גענומען דאס ווארט און האט געהויבן דעם ציבור אין די לופטן, ברענגענדיג די ווערטער פונעם הייליגן של"ה הקדוש וואס ער שרייבט בעפאר די באוואוסטע תפילת השל"ה, אז קודם זאל מען געבן צדקה, און דער מאן מיט די פרוי זאלן זיך
מאכן א חשבון הנפש וויאזוי מ'פירט זיך אויף און וואס מ'דארף פארבעסערן, און ערשט נאכדעם זאל מען זאגן דעם תפילה אויף גוטע קינדער. און דא – האט ער געזאגט מיט עקסטאז – האלט מען נאכדעם וואס דער עולם האט ל"ג בעומר געגעבן אזויפיל צדקה, מ'האט געגעבן גרויסע געלטער פאר די נייע מקוה, און יעצט האלט מען נאך אזא לאנגע צייט זיצן און הערן וויאזוי זיך צו פארבעסערן, איז דער צייט מוכשר און מ'האט די רעכט צו גיין בעטן די תפילה אויף קינדער. דער ציבור האט זיך אויפגעשטעלט, און דער זון פונעם סקווירא רבי הרה"צ ר' יצחק שליט"א האט פארגעזאגט דעם תפילת השל"ה מיט א געוואלדיגע נעימות און זיסקייט, גייענדיג מיט'ן נוסח וואס דער סקווירא רבי שליט"א נוצט ביים זאגן די הגדה אינעם הייליגן ליל הסדר. דער ציבור האט מיטגעזאגט מיט כוונה און זיכערקייט אז הימלען שפאלטן זיך אין אזא זמן. מיט דעם האט מען געענדיגט דעם מעמד און מ'האט זיך געשטעלט צו מעריב און ספירת העומר.
אבער ערשט נאכדעם האט זיך דער 'נעשה ונשמע' אנגעהויבן, ווי די רבנים געבן איבער האבן זייערע טעלעפאנען נישט אויפגעהערט צו קלינגען, אידן האבן געפרעגט שאלות איבער שאלות צו זיכער מאכן א די לבוש אין שטוב פון די בני בית און די טעכטער איז מיט א "שטארקן לכתחילה" ווי דער לשון פונעם סקווירא רבי שליט"א, און יעצט שרייבנדיג די שורות ווען מ'האלט שוין איבער א וואך נאכ'ן מעמד, הערן זיך נישט אויף די שאלות וואס די רבנים באקומען, און די גוטע רצונות וואס די רבנים הערן ווען מענטשן ווילן אוועקשטעלן די צניעות אין זייער שטוב מיט א שטארקייט, אז עס זאל זיך האלטן אפילו אין די אלגעמיינע גאס זענען דא אזויפיל ירידות אין דעם ענין רח"ל.
אין די פאלגנדע טעג נאכדעם, האט דער סקווירא רבי שליט"א אויפגענומען א ספעציעלע ועד הרבנים דירעקט אויף דעם ענין פון צניעות הלבוש, צוליב די גרויסע וויכטיגקייט זיך צו אפגעבן מיט דעם זאך מיט א שטענדיגקייט, און צו קענען נאכלויפן פון פאראויס יעדע נייע
זאך וואס קומט ארויס, עס צו דן זיין און באשלוסן אויף ס'איז געמאכט פאר היימישע נשים צדקניות אדער נישט. פון הונטער די קוליסן הערן מיר אז די עסקנים ארבעטן אן אפשטעל האנט ביי האנט מיט די רבנים, וויאזוי צו העלפן די איינוואוינער פון שיכון סקווירא צו האלטן ווארעם דעם ענין פון צניעות אויף לאנגע יארן, אז יעדער איינער זאל זוכה זיין צו זען דורות און דורי דורות וועלכע פירן זיך מיט ערליכקייט איידלקייט און באשיידנקייט אויף די יסודות פון צניעות, און זיין פון די נשים צדקניות אויף וועלכע משיח וועט קענען ווייזן מיט די פינגער אז זיי האבן געברענגט די גאולה שלימה בקרוב במהרה בימינו אמן.
Comments