top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים • פייערליכע הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד דחסידי ספינקא דורך הנגיד ר' ישכר בעריש ברוינשטיין הי"ו ראש הקהל

דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שמואל דריי


הונדערטער אידן זענען געטאנצן אויף די ירושלימער גאסן ביים פייערליכער מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום פינת יקרת ביהמ"ד ספינקא אויף רח' ראשית חכמה אין די זכרון משה געגענט, וואס שטייט תחת נשיאותו פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א מקום מושבו אויף די 18'טע עוועניו אין בארא פארק.


דאס ביהמ"ד איז נתייסד געווארן מיט איבער א יובל יאהרן דורך כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל בעל 'שיח יעקב יוסף' וועלעכע האט אוועקגעשטעלט דעם מקום לתורה ולתפילה וואס איז מיט די יאהרן אויסגעשטיגן אלס א מקום חמדה און אבן שואבת פאר חסידים ואנשי מעשה וועלכער האבן זיך געטראפן דאס פלאץ בין כתלי הבית מדרש.


די ספר תורה איז געשריבן געווארן בנדבת לבו פון בנן של קדושים הרבני הנגיד ר' ישכר בעריש ברוינשטיין הי"ו ראש הקהל ספינקא נין ונכד לצדיקי בית ספינקא, און די מעמד איז באשיינט געווארן דורך פילע זקני ויקירי ירושלים, חסידים ואנשי שם, רבנים ואדמורי"ם ובראשם כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן צום מעמד, און דעם רבינס ברודער כ"ק האדמו"ר מספינקא שליט"א פון בני ברק וועלכע האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד.


נאך א לענגערע צייט פראווען די ריקודין, און אמירת המזמורים בקול חוצב דורכ'ן רבי'ן שליט"א, האט מען אריינגעפירט די ספר תורה צום ארון הקודש, האט נאכגעפאלגט די סעודה לגומרה של תורה אין די באיאנער זאל, די משתתפים ביים מעמד האבן נהנה געווען פון די גאָר רייכע סעודה, באגלייט מיט רייכע פרקי שירה וזמרה דורך די 'מלכות' קאפעליע.


אויפ'ן אויבן-אן האָבן באשיינט די אדמורי"ם רבנים ובנן של קדושים לבית ספינקא, האדמורי"ם מספינקא פון בני ברק, ספינקא ירושלים, ספינקא רמת אהרן, ספינקא בית שמש, זידיטשוב פתח תקווה, ליטשיק און נאך.


במשך די סעודה האט מען געהערט די הערליכע דרשות פון די נדבן חתן התורה הרב ישכר בעריש ברוינשטיין און דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים אַרויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון דעם מאמענט, און ארומגערעט בשבחו פונעם בעל שמחה מקים עולה של תורה און כביר הפעלים לתורה ולתעודה.


צום הויכפונקט האט מען געהערט די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א וועלעכע האט מאריך געווען איבער די גרויסקייט פון מצוות כתיבת ספר תורה, און גאר שטארק ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכותים פונעם נדבן וואס ידיו רב לו מיטן אוועקשטעלן דעם חצר הקודש במעש ובחזון.
































bottom of page