האד' מקאלוב וועט אפפליען קיין מינעסאטע פאר מעדיצינעשע פראצעדור; כלל ישראל מתפלל לרפואתו השלימה
- Bechatzros admin
- 11 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 20 במאי
זונטאג פ' אמור • י''ג אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן דינסטאג אמור וועט כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה אפפליען קיין מינעסאטע וואו דער רבי וועט אריבערגיין א פון-פאראויס געפלאנטע מעדיצינישע פראצעדור, וואס וועט שטארק פארבעסערן דעם רבי'נס געזונט צושטאנד בעז"ה, אין די צייט וואס כלל ישראל וועט מרבה זיין בתפלה ותחנונים לרפואותו השלימה.
דער פראצעדור איז באשטימט געווארן אפצוהאלטן אין א שפיטאל אין ראטשעסטער, מינעסאטע, באגלייט דורך וועלט בארימטע דאקטוירים ריזן אין דעם פעלד, וועלכע זענען אויפגענומען געווארן צו באהאנדלען דעם רבי'ן אין דעם מצב און פארזיכערן אז דער פראצעדור גייט אריבער כשורה, ובפרט אז דער פראצעדור טוט נישט פאראורזאכן נאכווייען און לענגערע ערהוילונג פראצעדור, נאר אז קורצליך נאכ'ן פראצעדור, וועט דער רבי זיך קענען אהיימקערן למעון קדשו, און קומען צוריק צו די כוחות.
דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין מיעסאטע דינסטאג פרי פארטאגס, מיט א פריוואטער פליגער באגלייט דורך אן ערפארענע שטאב פון דאקטוירים און ספעציאליסטן וואס זענען געאייגנט פאר אזעלכע פעלער, דורכצופירן אזא סארט נסיעה, וואס אין פאל פונעם רבי'ן שליט"א איז דאס די ערשטע מאל זייט 9 יאר צוריק וואס דער רבי שטייגט אויף אויף א פליגער.
דער פראצעדור וועט דורכגעפירט ווערן דינסטאג דורכ'ן טאג, און נאך בעפאר שבת וועט דער רבי זיך שוין האפענטליך קענען אהיימקערן למעון קדשו.
דעם פארלאפענעם שב"ק אחרי-קדושים אינדערפרי פאר קריאת התורה אין קאלובער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, האט דעם רבי'נס איידעם הגה"צ אב"ד שמן למנחה נאדיפאלי שליט"א, וועלכער האט געוויילט בצל קדשו פון חותנו הגדול, אויפגעטרעטן פאר'ן ציבור און מודיע געווען איבער'ן געפלאנטן פראצעדור וואס דער רבי וועט אריבערגיין די וואך, און געבעטן ביים גאנצן ציבור צו מתפלל זיין אז ס'זאל אריבערגיין מיט הצלחה און דער רבי זאל זיך קענען שנעל ערהוילן און קומען צו די כוחות און ממשיך זיין מיט די עבוה"ק ביתר שאת ועוז, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.
כלל ישראל וועט דעם דינסטאג מתפלל זיין לרפואת מרן משה בן ריזל לרפו"ש, בתוך שאר חולי ישראל. והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.
תגובות